קינסטלערישע פֿאָרלייענונג פֿון פּרצס „דער ענין פֿון בלאָנדזשען אין מידבר‟

Artistic Reading of Peretz's "The Desert Wandering"

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 17, 2019.

שבת, דעם 19טן יאַנואַר, וועלן ביבליאָטעקן און ביכער־קראָמען איבער גאַנץ פֿראַנקרײַך עפֿענען זייערע טירן, כּדי צו פֿאַרבעטן געסט אויף ספּעציעלע קולטורעלע פּראָגראַמען.

אין די ראַמען פֿון אָט דעם נאַציאָנאַלן קולטור־אָוונט וועט דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ פֿאָרשטעלן אַ קינסטלערישע פֿאָרלייענונג פֿון יצחק־לייבוש פּרצס דערציילונג, „דער ענין פֿון בלאָנדזשען אין מידבר.‟ די מעשׂה, װאָס באַשרײַבט אַ באַגעגעניש צװישן אַ מלך און אַ גרופּע פֿייגלעך בעת אַ וואַנדערונג אין מידבר, איז אינספּירירט געװאָרן פֿון דער סודותדיקער געשטאַלט פֿון ר׳ נחמן בראַסלעװער און װערט דאָ פֿאָרגעלייגט אין אַ הײַנטצײַטיקער אױסטײַטשונג אין פֿילם און מוזיק. די עקזיסטענציעלע פֿראַגעס פֿון מענטש און געזעלשאַפֿט אין דער אַלעגאָרישער דערציילונג זענען נאָך אַלץ אַקטועל.

דעם פֿילם האָט געשאַפֿן שרון בר־כּוכבֿא. רייזע טורנער װעט באַגלייטן די פּיעסע מיט מוזיק און געזאַנג און סעסיל נעזער חבֿר וועט שפּילן אַן אָריגינעלע קאָמפּאָזיציע מיטן האַרף.

די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 6:30 אין אָוונט. 

נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://www.yiddishweb.com/1901-nuit-de-la-lecture-et-des-bibliotheques/?fbclid=IwAR2trVKzsSA3SP73U0gQP5WbOfENFyytJued-oRzilQuCt5FOksr1duFCK8.       



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.