ווידעאָ: קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישן אַנאַרכיזם אין ייִוואָ

WATCH: Conference on Yiddish Anarchism at YIVO

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 21, 2019.

אַ ריזיקער עולם אַקאַדעמיקער און יונגע אָנהענגער פֿונעם ייִדישן אַנאַרכיזם האָט זיך זונטיק פֿאַרזאַמלט אינעם ייִוואָ, כּדי צו הערן רעפֿעראַטן וועגן דער געשיכטע פֿון דער באַוועגונג. עס זענען געקומען אַזוי פֿיל מענטשן, אַז ניט בלויז איז דער זאַל געפּאַקט, נאָר אַפֿילו אין אַ צווייטן זאַל, וווּ מע האָט טראַנסמיטירט אַ ווידעאָ פֿון די רעפֿעראַטן איז קוים געווען וווּ צו זיצן.

די קאָנפֿערענץ איז געווען די ערשטע אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמישער וועלט וועגן דעם ייִדישן אַנאַרכיזם. זי איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן ייִוואָ, בשותּפֿות מיטן אָנלײַן־זשורנאַל „אין געוועב‟, דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ און עטלעכע אָרגאַניזאַציעס געווידמעט דער געשיכטע פֿון לינקע באַוועגונגען און אַרבעטער.

ווי מע האָט אַרומגערעדט אויף דער קאָנפֿערענץ, איז דער ייִדישער אַנאַרכיזם הײַנט אַ שטיקל רעטעניש פֿאַר די היסטאָריקער.

פֿון איין זײַט איז ער געווען אַ מאַסן־באַוועגונג, מיט באַרימטע אָנפֿירער ווי עמאַ גאָלדמאַן, רודאָלף ראָקער און אַלכּסנדר בערקמאַן, וואָס האָבן שטאַרק באַווירקט די ברייטע ייִדישע גאַס. דערצו האָט די באַוועגונג געשאַפֿן מעכטיקע אַרבעטער־פֿאַראיינען און צײַטונגען, וואָס זענען געווען אַ ווינקלשטיין פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור.

פֿון דער אַנדערער זײַט בלײַבט פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן אַנאַרכיזם כּמעט ניט קיין שפּור. להיפּוך צום בונדיזם אָדער קאָמוניזם, האָט מען אים ביז לעצטנס זעלטן דיסקוטירט אַפֿילו אין דער אַקאַדעמישער וועלט און כּמעט קיינער אידענטיפֿיצירט זיך הײַנט ניט ווי אַ ייִדישער אַנאַרכיסט.

דער גרויסער עולם אויף דער קאָנפֿערענץ האָט אָבער עדות געזאָגט אויף דעם, אַז עס זענען דאָ יונגע־לײַט וואָס ווילן זיך דווקא יאָ לערנען אָט די געשיכטע.