קאָנפֿערענץ וועגן דער ניסתּר אין ייִדישן ביכער־צענטער

Conference on Der Nister at the Yiddish Book Center

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 23, 2019.

פּינחס קאַהאַנאָוויטש, בעסער באַקאַנט לויטן פּסעוודאָנים דער ניסתּר, איז טאַקע געווען, אַזוי ווי זײַן פּענאָמען, אַ „באַהאַלטענער‟. ער איז געווען אַ פּריוואַטער מענטש, וואָס האָט ניט געוואָלט אַז דער ברייטער עולם זאָל קענען זײַן עכטן נאָמען, צי אַפֿילו ווי אַזוי ער האָט אויסגעזען.

דער ניסתּר האָט אויך עטלעכע מאָל דראַסטיש געביטן זײַן צוגאַנג צו ליטעראַטור, ווי אויך די טעמעס, וועגן וועלכע ער האָט געשריבן.

ווי אַלע גרויסע היסטאָרישע מיסטעריעס, איז דער ניסתּר די טעמע פֿון אַ צאָל פֿאָרשונגען איבער דער וועלט. אַפֿילו 68 יאָר נאָך זײַן פּטירה אינעם שפּיטאָל פֿון אַ צאַרישן גולאַג, האַלט מען אין דערוויסן זיך נײַע פּרטים. מיט צוויי יאָר צוריק, למשל, האָבן ד׳׳ר בער קאָטלערמאַן און ד׳׳ר סאַשע פּאָליאַן אַנטדעקט זײַן קבֿר אין צפֿון־רוסלאַנד ניט ווײַט פֿונעם אַרקטישן אָקעאַן.

ד׳׳ר מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגענער אוניווערסיטעט) איז איינער פֿון די הויפּט־עקספּערטן פֿונעם ניסתּרס לעבן און שאַפֿן. ער פֿאָקוסירט זיך ספּעציעל אויף יענע ווערק, וואָס האָבן ס׳רובֿ ליטעראַרישע פֿאָרשער דווקא ווייניקער פֿאַראינטערעסירט — זײַנע דערציילונגען וועגן דעם סאָוועטישן ייִדישן לעבן. די טעמע וועט זײַן דער פֿאָקוס פֿון אַ סעריע רעפֿעראַטן, וואָס ער וועט האַלטן בײַם ייִדישן ביכער־צענטער פֿון פֿרײַטיק, דעם 3טן מײַ ביז זונטיק, דעם 5טן מײַ.

די פּראָגראַם, וואָס וועט אַרײַננעמען פֿיר רעפֿעראַטן, מאָלצײַטן, און אַ פֿילמווײַזונג, קאָסט 350$ פֿאַר מיטגלידער פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער און 425$ פֿאַרן ברייטן עולם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://www.yiddishbookcenter.org/educational-programs/adult-learners/weekend-programs/between-fantasy-and-reality-writings-der-nister.