ייִדישער מאַטעריאַליזם װי אַן אינטעלעקטועלע באַװעגונג

Jewish Materialism As an Intellectual Movement

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published January 25, 2019.
Yeshiva University/Yale University Press

דער ייִדישער געדאַנק האָט דורכגעמאַכט עטלעכע גילגולים אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. אַ היפּשע צאָל ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט דעם דרך הש”ס און געװאָרן סאָציאַליסטן, אַנאַרכיסטן, ציוניסטן, בונדיסטן אָדער סתּם מאָדערנע אײראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער ייִדן. היסטאָריקער האָבן דערפֿאָרשט דעם דאָזיקן פּראָצעס פֿון פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן, אָבער עד־היום האָט נאָך קײנער ניט אַרײַנגעקוקט טיף אין די חיבורים, װאָס האָבן געפּרוּװט אױסאַרבעטן אַ נײַע פֿילאָסאָפֿישע שיטה װאָס זאָל צונױפֿברענגען דעם נײַעם מאַטעריאַליסטישן װעלטבאַנעם מיט דער ייִדישער טראַדיציע. דװקא אָט דער שידוך צװישן מאַטעריאַליזם און ייִדישקײט איז די טעמע פֿונעם נײַעם בוך פֿון פּראָפֿעסאָר אליהו סטערן.

די נײַע נאַטור־װיסנשאַפֿטלעכע טעאָריעס זײַנען געקומען קײן רוסלאַנד דער עיקר פֿון דײַטשלאַנד און האָבן געשטעלט אונטער אַ פֿרעגצײכן די סאַמע יסודות פֿונעם רעליגיעזן גלױבן, סײ בײַ ייִדן און סײַ בײַ קריסטן. מען האָט באַטראַכט די װעלט װי אַ מאַטעריעלע סובסטאַנץ, כּולו־גשמיות, װוּ רוחניות האָט מער ניט געהאַט קײן אָרט. הײסט עס, אַז מען דאַרף איצט לגמרי אָפּװאַרפֿן די גאַנצע ייִדישקײט? דאָס איז געװען אַ האַרבע קשיא פֿאַר די אַמאָליקע ישיבֿה־בחורים פֿון װאָלאָזשין, מיר און אַנדערע ליטװישע שטעט. עס איז מערקװירדיק, אַז כּמעט אַלע ייִדישע דענקער, װאָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיטן ענין מאַטעריאַליזם, זײַנען טאַקע געװען ליטװאַקעס.

פֿאַר ייִדישע מאַטעריאַליסטן פֿון די 1870ער איז געװען װיכטיק אָפּצוזוכן טיפֿערע װאָרצלען פֿאַרן נײַעם װאַלטבאַנעם אין דער ייִדישער מסורה. פּאָליטיש זײַנען זײ געװען מער ראַדיקאַל אײדער זײערע פֿירגײער, די משׂכּילים פֿון די 1840ער – 1850ער יאָרן. יענע האָבן זיך געסטאַרעט צוצופּאַסן ייִדישקײט צו די פֿאָדערונגען פֿון דער רוסישער רעגירונג, בעת דער ייִנגערער דור ייִדישע אינטעליגענטן האָט שױן ניט געגלױבט אין גוטע כּװנות פֿון דער מלוכה. דערבײַ האָּבן זײ יאָ געװאָלט געפֿינען אַ פּשרה צװישן ייִדישקײט און מאָדערנע מחשבֿות. אװדאי זײַנען זײ געװען איבערקלײַבעריש אין דעם, װאָס זײ האָבן געװאָלט אָפּהיטן פֿון דער אַלטער ייִדישקײט, און זײ האָבן שױן ניט געגלױבט אין קײן תּורה מן השמים.

אײניקע פֿון זײ װי למשל יוסף יהודה סאָסניץ, האָבן געפֿונען זײער דרך צו פֿילאָסאָפֿישן מאַטעריאַליזם אין דער תּורה פֿון חב”ד. סאָסניץ האָט גענוצט דעם באַגריף פֿון „דילוג‟ (שפּרונג) כּדי צו דערקלערן דעם איבערגאַנג צװישן דעם ניט־אָרגאַנישן חומר און דער לעבעדיקער אָרגאַנישער מאַטעריע. אַזױ אַרום האָט זיך סאָסניץ באַגאַנגען אָן װאָסער ניט איז רוחניות, כּדי צו דערקלערן דעם מקור פֿון לעבן. ער האָט איבערגענומען דעם חסידישן באַגריף פֿון „עבֿודה בגשמיות‟, װאָס ער האָט איבערגעטײַטשט װי פּראַקטישע טעטיקײט. ניט געקוקט אױפֿן פֿרומען קעפּל „אכן יש השם‟, װאָס איז געװען אױסן צו פֿאַרטײדיקן די אמונה, האָבן סאָסניצעס חקירות ניט באַקומען קײן הסכּמה מצד רבנים, װעלכע האָבן מחרים געװען זײַן חיבור. סאָסניץ האָט שפּעטער אימיגרירט קײן אַמעריקע, און זײַן פֿילאָסאָפֿיע האָט געהאַט אַ השפּעה אױפֿן יונגן מרדכי קאַפּלאַן, אײנעם פֿון די װיכטיקסטע ייִדישע דענקער אין אַמעריקע.

דער מאַטעריאַליסטישער קוק אױף דער געשיכטע און געזעלשאַפֿט האָט געהאָלפֿן דערקלערן דעם שװערן עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון ייִדן. דער ערשטער רוסיש־ייִדישער היסטאָריקער איליה אָרשאַנסקי האָט דערװיזן מיט ציפֿערן, אַז די ייִדישע צורות אין רוסלאַנד שטאַמען ניט פֿון זײער אמונה נאָר פֿון דער עקאָנאָמישער דיסקרימינאַציע מצד דער רעגירונג. אַנדערע ראַדיקאַלע דענקער, װי למשל אַבֿרהם אורי קאָװנער, האָבן געטענהט, אַז די אמונה איז טאַקע יאָ שעדלעך פֿאַר ייִדן עקאָנאָמיש, װײַל זײ פּטרן אַזױ פֿיל געלט אױף אונטערהאַלטן ישיבֿות און בתּי־מדרשים אַנשטאָט צו שטיצן דאָס לערנען פֿון פּראַקטישע מלאכות.

דער פֿילאָסאָפֿישער מאַטעריאַליזם, װאָס די יונגע ייִדישע אינטעליגענטן האָבן אײַנגעזאַפּט פֿון רוסישע און דײַטשישע ביכער, האָט געהאַט װיכטיקע פּראַקטישע פּועל־יוצאס. די אַמאָליקע ישיּבֿה־בחורים זײַנען אַרײַן אין דער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג, געשאַפֿן געהײמע קרײַזלעך און צומאָל באַטײליקט זיך אין טעראָריסטישע אַטאַקעס קעגן דער מאַכט. אַ היפּשע צאָל זײַנען אַנטלאָפֿן קײן אױסלאַנד. אין אַמעריקע האָבן זײ זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַנאַרכיסטישער און סאָציאַליסטישער באַװעגונג.

דער מאַטעריאַליסטישער װעלטבאַנעם, אײַנגעװאָרצלט אין דער מאָדערנער נאַטור־װיסנשאַפֿט און דער פּאָליטישער עקאָנאָמיק פֿון קאַרל מאַרקס, האָט גורם געװען אַ װיכטיקן קער אין דער ייִדישער אַלײן־באַװוּסטזײַן. ייִדן האָבן אָנגעהױבן זיך צו באַטראַכטן ניט װי אַ גײַסטיקע קהילה, װאָס איז פֿאַראײניקט דורכן רעליגיעזן גלױבן, נאָר װי אַ קאָלעקטיװער נאַציאָנאַלער גוף מיט פּראַקטישע מאַטעריעלע באַדערפֿענישן, װאָס דאַרף פֿירן אַן אומאָפּהענגיקע עקזיסטענץ. פֿון אַזאַ װעלטבאַנעם איז אויך אַרױסגעװאַקסן דער פּאָליטישער ציוניזם. די ייִדישע אידענטיטעט איז באַשטימט געװאָרן ניט דורך רוחניות נײַערט דורך גשמיות, און ווי געזאָגט, איז דער דאָזיקער גורלדיקער אינטעלעקטועלער איבערקער פֿאָרגעקומען דװקא צװישן ליטװישע ישיבֿה־בחורים אין די 1870ער יאָרן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.