ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע אין פּוילן דערװײלט ערשטע פֿרוי פֿאַר איר פֿאָרזיצער

Poland's Main Jewish Umbrella Group Elects First Woman Leader

פֿון קאַטאַרזשינאַ מאַרקוש (ייִט׳׳אַ)

Published January 25, 2019.
מאָניקאַ קראַווטשיק
FORA.TV/Youtube
מאָניקאַ קראַווטשיק

צום ערשטן מאָל וועט די הויפּט ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע אין פּוילן אָנגעפֿירט ווערן פֿון אַ פֿרוי.

מאָניקאַ קראַווטשיק איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי די פֿאָרזיצערין פֿונעם „פֿאַראיין פֿון ייִדישע רעליגיעזע קהילות אין פּוילן‟. צווישן אַנדערע אויפֿגאַבעס אַרבעט די אָרגאַניזאַציע מיט די פּוילישע און דײַטשישע רעגירונגען, כּדי צו באַקומען פֿאַרגיטיקונג־געלטער לטובֿת די פּוילישע ייִדן.

„ס׳איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ גרויסער כּבֿוד צו אַמטירן אינעם דאָזיקן פּאָסטן, צי מ’איז אַ מאַן, צי אַ פֿרוי. אין דעם פֿאַל איז עס אָבער זיכער אַ היסטאָרישער מאָמענט,‟ האָט קראַווטשיק זונטיק דערציילט דער ייִט”אַ.

שוין 14 יאָר פֿירט קראַווטשיק אָן מיט דער „פֿונדאַציע פֿאַרן אויפֿהאַלטן די ייִדישע ירושה אין פּוילן‟. די אָרגאַניזאַציע פֿאַרנעמט זיך מיטן אויפֿהיטן די ייִדישע בית־עלמינס, ייִדישער קינדער־דערציִונג און פֿאַרהאַנדלונגען בנוגע פֿאַרגיטיקונג־געלטער.

קראַווטשיק זאָגט צו, אַז זי וועט דורכפֿירן רעפֿאָרמען, אָבער האָט נאָך ניט אַנטפּלעקט קיין פּרטים.

„דערװײַל וועל איך זיך פֿאַרנעמען מיט אָרגאַניזאַציאָנעלע ענינים. די רעפֿאָרמען װעלן דאַרפֿן צוּוואַרטן ווײַל די עקזעקוטיווע וויל צוזאַמענאַרבעטן, כּדי צו שאַפֿן אַ פּראָגראַם פֿאַרן פֿאַראיין‟, האָט דערקלערט קראַווטשיק, וואָס פֿירט אָן מיט דער עקזעקוטיווע פֿון זיבן מענטשן.

אין איר אינטערוויו האָט זי איבערגעגעבן, אַז דאָס אומקערן דער ייִדישער קהילה יענע בנינים און אַנדערע פֿאַרמעגנס װאָס האָבן פֿאַר דער מלחמה געהערט צו ייִדן בלײַבט װײַטער אַ פּריאָריטעט. „דאָס איז נאָך אַלץ דער װיכטיקסטער מיטל צו פֿינאַנצירן די ייִדישע קהילה אין פּוילן, וואָס שייך אונדזערע רעליגיעזע און קולטורעלע באַדאַרפֿענישן, און וואָס שייך דעם אָפּהיטן אונדזער אוניקאַלע קולטור־ירושה,‟ האָט זי געזאָגט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.