אַ נצחון פֿאַר ניו־יאָרקער געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג

A Victory For NY Survivors of Sexual Abuse

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 30, 2019.
דער בנין, וווּ עס טרעפֿן זיך די דעפּוטאַטן פֿונעם ניו־יאָרקער רעפּרעזענטאַנטן־הויז, אַלבאַני
Getty Images
דער בנין, וווּ עס טרעפֿן זיך די דעפּוטאַטן פֿונעם ניו־יאָרקער רעפּרעזענטאַנטן־הויז, אַלבאַני

נאָך לאַנגע יאָרן פֿון שטאַרקער אָפּאָזיציע מצד אַ ריי אָרטאָדאָקסישע ייִדישע גרופּעס און דער קאַטוילישער קירך, איז דער „געזעץ־פּראָיעקט לטובֿת די יונגע געליטענע‟ לעצטנס באַשטעטיקט געוואָרן דורכן ניו־יאָרקער סענאַט און אַסעמבלעע.

יעדער מענטש, וואָס איז אין זײַנע קינדער־יאָרן סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן, קען איצט בעטן פּראָקוראָרן אָנצוקלאָגן אַ יחיד אין אַ קרימינעל געריכט ביז ער, דער געליטענער, איז 28 יאָר אַלט, און קען אָנקלאָגן אַ מענטשן צי אינסטיטוציע אין געריכט כּדי צו באַקומען פֿאַרגיטיקונגס־געלט, ביז ער, דער געליטענער, איז 55 יאָר אַלט. פֿריִער האָט מען גאָרניט ניט געקענט טאָן נאָך דעם וואָס מע האָט דערגרײכט 23 יאָר.

מע וועט אויך קענען, אויף בלויז איין יאָר, בעטן די פּראָקוראַטאָרן, זיי זאָלן אויספֿאָרשן אַלטע פֿאַרברעכנס, ניט געקוקט אויף דעם, ווי אַלט מע איז, אָדער ווען דער פֿאַרברעכן איז אַמאָל געשען.

לויט אַ באַריכט אינעם Forward איז דאָס געזעץ אָנגענומען געװאָרן צוליב דעם, וואָס די דעמאָקראַטן זענען איצט בײַ דער מאַכט אינעם סענאַט. בעת די ניו־יאָרקער רעפּובליקאַנער סענאַטאָרן זענען געװען דער מאַיאָריטעט, האָבן זײ ניט צוגעלאָזט אַן אָפּשטימונג װעגן דעם געזעץ־פּראָיעקט. פֿון דעסט װעגן האָט קיין איין רעפּובליקאַנער ניט געשטימט קעגן דעם איצטיקן פֿאָרשלאָג; אַלע סענאַטאָרן האָבן געשטיצט דעם פּלאַן.

אינעם אַסעמבלעע האָבן בלויז 3 דעפּוטאַטן זיך קעגנגעשטעלט און 130 האָבן געשטימט פֿאַרן אַקט.

אַשר לאָווי, דער דירעקטאָר פֿון ZAAKAH (זכּה), אַ גרופּע וואָס שטיצט די אינטערעסן פֿון פֿרומע ייִדן, וואָס האָבן געליטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, האָט דערציילט דעם Forward, אַז „דער פֿאַקט, אַז די געזעץ־געבער אָנערקענען אונדזער פּײַן, און טוען עפּעס וועגן דעם, איז אונדז זייער װיכטיק‟.

די קאַטוילישע קירך און אַ ריי אָרטאָדאָקסישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, בראָש מיט „אגודת־ישׂראל‟, האָבן יאָרן לאַנג געקעמפֿט קעגן דעם געזעץ־פּראָיעקט, מחמת זיי האָבן מורא געהאַט, אַז די רעליגיעזע שולן וועלן פֿאַרלירן אַ סך געלט אויב אַלע אַמאָליקע געליטענע וועלן זײ קענען אָנקלאָגן אין געריכט. לויטן Forward, האָט אגודת־ישׂראל כּמעט אין גאַנצן אויפֿגעהערט משתּדל צו זײַן קעגן דעם געזעץ־פּראָיעקט נאָך דעם וואָס די רעפּובליקאַנער סענאַטאָרן האָבן אין נאָוועמבער פֿאַרלוירן די מאַכט. אָבסערוואַטאָרן וואָס האָבן גערעדט מיטן Forward האַלטן, אַז אגודת־ישׂראל ווייסט אַז ער האָט פֿאַרלוירן אַ היפּשן פּאָליטישן כּוח זינט די דעמאָקראַטן האָבן איבערגענומען, פֿאָקוסירט די אָרגאַניזאַציע איצט גיכער אויף אַנדערע ענינים, איבערהויפּט דעם קאַמף בנוגע לימודי־חול אין די ישיבֿות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.