גאָר אַן אַנדער מין סנהדרין

A Different Kind of Jewish Court

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 30, 2019.

די הײַנטיקע פּרשה טראָגט דעם נאָמען „משפּטים‟, ווײַל אין אַ גרויסער מאָס איז זי געווידמעט פֿאַרשיידענע מינים קאָנפֿליקט־סיטואַציעס צווישן מענטשן. די ערשטע מיצווה, וואָס ווערט באַהאַנדלט אין דער סדרה, האָט צו טאָן מיט דער עטישער באַהאַנדלונג פֿון אַ ייִדישן שקלאַף. אין יענער תּקופֿה, ווען שקלאַפֿערײַ איז געווען אָנגענומען אין דער וועלט, איז דער עצם־געדאַנק צו באַציִען זיך מענטשלעך צו אַן עבֿד געווען אַ גרויסער פּראָגרעסיווער שריט.

דער סנהדרין האָט געמוזט זײַן ריין פֿון וועלכע־ניט־איז פּניות און פֿרעמדע השפּעות. הײַנט זענען פֿאַרלאָפֿן שוין טויזנטער יאָר זינט משה רבינוס צײַטן. קיין שקלאַפֿערײַ איז אין דער ציוויליזירטער וועלט, דאַנקען גאָט, שוין לאַנג נישטאָ – צום ווייניקסטן, אינעם בוכשטעבלעכן זין פֿון וואָרט.

אין דער געשיכטע פֿון דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע איז אָבער געווען אַן אומגעוויינטלעכער פֿאַל, ווען אַ מין סנהדרין האָט ווידער געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם ייִדישן לעבן – אין פֿראנקרײַך, אין די יאָרן 1808-1806. אין יענעם פֿאַל, האָבן די רבנים זיך געמוזט געבן אַן עצה, ווי אַזוי צו פּסקענען אונטער אַ פֿרעמדער השפּעה און נישט אַרײַנצופֿאַלן אין צווייפֿלהאַפֿטיקע פּשרות.

דער פֿראַנצויזישער אימפּעראַטאָר נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרט האָט צונויפֿגערופֿן אַ גרויסע גרופּע רבנים אין שײַכות מיט זײַן עמאַנציפּאַציע־פּלאַן, צו געבן ייִדן גלײַכע רעכט אין זײַן אימפּעריע. פֿאַרשטייט זיך, האָט די פֿאַרזאַמלונג געהאַט ווייניק צו טאָן מיט די אַמאָליקע ייִדישע בתּי־דינים פֿון 2,000 יאָר צוריק. נאַפּאָלעאָן אַליין האָט אָבער געגעבן דער רבנישער אַסאַמבלעע דעם אַמביציעזן נאָמען: „דער גרויסער סנהדרין‟.

מיט דער פֿאַרזאַמלונג האָט אָנגעפֿירט הרבֿ יוסף־דוד זינצהיים (1745־1812), דער הויפּט־רבֿ פֿון שטראַסבורג און דער גרעסטער פֿראַנצויזישער פּוסק פֿון זײַן דור. הרבֿ זינצהיים איז באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון די גמרא־חידושים „יד דוד‟. אין די 1980ער יאָרן האָט די פֿרומע ארץ־ישׂראלדיקע פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע „מכון ירושלים‟ אַרויסגעגעבן זײַנע אַנדערע ספֿרים, „שלל דוד‟ און „מנחת עני‟.

טײל קװאַלן װײַזן אַז הרבֿ זיצנהײמס יאָרצײַט פֿאַלט אויס דעם הײַנטיקן מוצאי־שבת, דעם 28סטן טאָג פֿונעם חודש שבֿט. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אויף זײַן קבֿר שטייט געשריבן אַן אַנדער דאַטע – דער 7טער כּיסלוו. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט ער געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין נאַפּאָלעאָנס „משפּטים‟.

להיפּוך צו משה רבינוס תּקופֿה, ווען עס זענען נאָך געווען אַקטועל שאלות וועגן שקלאַפֿן, האָבן די רבנים געמוזט אויף אַ דיפּלאָמאַטישן אופֿן אָננעמען אַ ריי באַשלוסן פּאַסיק פֿאַר אַ מאָדערנער געזעלשאַפֿט, וואָס האָט דערקלערט „פֿרײַהייט, גלײַכהייט און ברודערשאַפֿט‟ ווי איר הויפּטפּרינציפּ. דערצו, האָבן די אָרטאָדאָקסישע רבנים געמוזט באַהאַנדלען די שאלות ותּשובֿות מיט די רעפֿאָרמער ראַבינער פֿון אַמסטערדאַם, הגם די גרענעץ צווישן אָרטאָדאָקסישע און נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן איז דעמאָלט נאָך געווען צעשווענקט.

איין באַשלוס קאָן, מעגלעך, פֿאַרחידושן און אַפֿילו שאָקירן דעם הײַנטיקן פֿרומען עולם. אויף נאַפּאָלעאָנס קשיא, צי מעגן ייִדן חתונה האָבן מיט די קריסטן, האָבן די רבנים געענטפֿערט, אַז קיין חופּה־וקידושין וועלן זיי אין אַזאַ פֿאַל נישט שטעלן, אָבער געמישטע חתונות זענען מעגלעך – דהײַנו, האָבן אַ געזעצלעכן כּוח אינעם ציווילן געריכט.

דער „סנהדרין‟ האָט צוגעגעבן, אַז די קריסטן דינען נישט קיין עבֿודה־זרה און זענען דערפֿאַר ברידער פֿון ייִדן. לויט דער הלכה איז טאַקע פֿאַראַן אַ באַקאַנטע דעה, אַז דער עכטער איסור דאורייתא חתונה צו האָבן מיט די גויים איז חל נאָר אויף די אַמאָליקע כּנענים. נישט געבנדיק אַ בפֿירושן היתּר, האָבן די רבנים פֿאַקטיש פֿאַרטיידיקט דעם קאָנטראָװערסיעלן ענין.

די אַנדערע באַשלוסן פֿון דער רבנישער אַסאַמבלעע שטימען, בדרך־כּלל, מיטן גײַסט פֿון דער הײַנטיקער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע און דער מערבֿדיקער געזעץ־סיסטעם. למשל, דער „סנהדרין‟ האָט באַשטעטיקט, אַז איידער מע שטעלט די חופּה, דאַרף מען קודם רעגיסטרירן די חתונה דורך מלוכישע אינסטאַנצן. ס׳איז קלאָר, אַז אַחוץ דער פֿאָרמעלער דיפּלאָמאַטיע, האָבן זינצהיים און זײַנע גאַנץ פֿרומע שותּפֿים זיך טאַקע ברודערלעך באַצויגן צו דער אַרומיקער נישט־ייִדישער באַפֿעלקערונג און צום עצם־פּרינציפּ פֿון בירגערלעכער געזעלשאַפֿט.

נאַפּאָלעאָנס „אַסאַמבלעע פֿון אָנגעזעענע לײַט‟ און דער אימפּעראַטאָר אַליין זענען נתפּעל געוואָרן פֿון הרבֿ זינצהיימס חכמה. ער איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער ערשטער ראָש פֿון דער „קאָנסיסטאָריע‟ – דאָס אָפֿיציעלע פֿראַנצויזישע רבנות, וואָס פֿונקציאָנירט ביזן הײַנטיקן טאָג. די באַשלוסן האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויפֿן מצבֿ פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך און אַנדערע מערבֿדיקע לענדער.