פֿאַרגעסענע קינסטלערינס װאָס האָבן באַװירקט דעם ווינער מאָדערניזם

These Forgotten Women Artists Shaped Viennese Modernism

פֿון פּ. דזש. גריסאַר (Forward)

Published February 01, 2019.
אַ מאָלערײַ פֿון בראָנטשע קאָלער־פּינעל
© Belvedere/Vienna
אַ מאָלערײַ פֿון בראָנטשע קאָלער־פּינעל

װען די דײַטשן האָבן אַנעקסירט עסטרײַך אין 1938, איז עס געװען אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר דער קונסטװעלט.

די װערק פֿון אָנגעזעענע ייִדישע מאָדערניסטן װי עגאָן שילע און גוסטאַװ קלימט זענען פּלוצלינג באַצײכנט געװאָרן װי „פֿאַרדאָרבענע‟. געװיסע ייִדישע קינסטלער זענען אַנטלאָפֿן פֿון לאַנד אָבער אַ סך מער האָבן נישט באַװיזן דאָס צו טאָן און זענען אומגעקומען מצד די נאַציס.

הײַנט זענען שילע און קלימט װעלט־באַרימט פֿאַר זײער צושטײַער צום מאָדערניזם אָבער אַנדערע ייִדישע קינסטלער — בפֿרט די פֿרויען — זענען געבליבן אומבאַקאַנט דעם ברײטן עולם.

אַ נײַע אויסשטעלונג אינעם װינער מוזײ „בעלװעדער‟, גיט אָפּ כּבֿוד די פֿאַרגעסענע קינסטלערינס פֿונעם װינער מאָדערניזם צװישן די יאָרן 1900 און 1938. די אויסשטעלונג, „די שטאָט פֿון פֿרויען‟, באַערט די װערק פֿון בערך 60 קינסטלערינס, און צװישן זײ – אויך די ייִדישע פֿרויען װאָס האָבן משפּיע געװען אויף דער מאָדערניסטישער באַװעגונג אין דער עסטרײַכישער קרוינשטאָט.

אַ סך פֿון די װערק אין דער אויסשטעלונג װײַזט מען טאַקע צום ערשטן מאָל זינט דעם סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה.

„צום גרעסטן טײל זענען די מאָלערײַען פֿון די אָ פֿרויען פֿאַרבליבן אין בוידעמס אָדער באַהאַלטן ערגעץ אין אַ מאַגאַזין, און אין גאַנצן פֿאַרגעסן געװאָרן,‟ האָט די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, סאַבינע פֿעלנער, דערקלערט. „דערפֿאַר האָבן מיר איצט געבראַכט דעם װיכטיקן קאַפּיטל פֿון דער קונסט־געשיכטע צו דער עפֿנטלעכקײט.‟

אַ סך פֿון די טאַלאַנטירטע קינסטלערינס בײַם אָנהײב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן געמוזט אַלײן פֿאַרפּירסומען זײערע װערק, בפֿרט צוליב דעם װאָס די „װינער אַקאַדעמיע פֿון פֿײַנער קונסט‟ האָט נישט אַרײַנגעלאָזט פֿרויען ביז 1920. װי אַ פּועל־יוצא האָט אַ גרופּע פֿרויען אין 1910 טאַקע געגרינדעט דעם „עסטרײַכישן פֿאַראײן פֿון קינסטלערינס‟ (VBKO).

אָבער אַפֿילו פֿאַר דעם איז די ייִדישע קינסטלערין בראָנטשע קאָלער־פּינעל שוין באַקאַנט געװאָרן אין װין און אין אויסלאַנד. אין דער אויסשטעלונג זעט מען װי אירע װערק רעפּרעזענטירן אַ בריק צװישן דעם פֿראַנצײזישן אימפּרעסיאָניזם און דעם װינער סעצעסיאָניזם - אַ באַװעגונג פֿון קינסטלער געגרינדעט אין 1897 װי אַ פּראָטעסט קעגן דעם קאָנסערװאַטיזם פֿון דער װינער קונסטװעלט. קאָלער־פּינעל איז געשטאָרבן אין 1934. נאָכן אויפֿקום פֿונעם נאַציזם איז זי פֿאַרגעסן געװאָרן. איינס פֿון די װערק װאָס װערט איצט געװיזן אין דער אויסשטעלונג איז „דער שניט‟, אַ מאָלערײַ פֿון 1908 װאָס האָט דעבוטירט דורך קלימטס קונסט־אָרגאַניזאַציע, Kuntschau.

אַ צװײטע קינסטלערין װאָס װערט באַערט אין דער אויסשטעלונג איז פֿרידל דיקער, אַ לינק־געשטימטע מאָלערין און לערערין אינעם „װײַמאַר באַוהאַוס‟. נאָכן װערן אויסגעפֿרעגט פֿון נאַצי־אָפֿיצירן האָט זי געמאָלט צװײ עקספּרעסיאָניסטישע סצענעס, „אויספֿרעג #1‟ און „אויספֿרעג #2‟, װאָס געפֿינען זיך אין דער איצטיקער אויסשטעלונג. דיקער איז דעפּאָרטירט געװאָרן קיין טערעזין, װאָס האָט בײַ די נאַציס געדינט װי אַ „מוסטער־לאַגער‟ פֿאַר דרויסנדיקע באַזוכער, און אין 1942 האָט זי געלערנט אַ קונסטקלאַס פֿאַר קינדער. זי איז אומגעבראַכט געװאָרן אין אוישװיץ.

אַנדערע ייִדישע קינסטלערינס װאָס װערן באַערט אין דער איצטיקער אויסשטעלונג זענען די סקולפּטאָרינס אילסע טװאַרדאָװסקי־קאָנראַט און טערעזע ריס און די מאָלערינס טינע בלאַו, העלענע פֿונק און עלענע לאָקש־מאַקאָװסקי.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.