ייִדיש־שפּראַכיקע זינגערײַען מיט לאָרין סקלאַמבערג בײַם „ייִוואָ‟

Yiddish Singing Circle with Lorin Sklamberg at YIVO

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 04, 2019.
לאָרין סקלאַמבערג בעת אַ קאָנצערט אין 2013
Getty Images
לאָרין סקלאַמבערג בעת אַ קאָנצערט אין 2013

עס זענען פֿאַראַן אין שטאָט ניו־יאָרק אַ סך געלעגנהייטן צו הערן אַ ייִדיש ליד און אַפֿילו צו זינגען בציבור. ניט יעדן טאָג, שוין אָפּגערעדט פֿון יעדעס יאָר, קען מען אָבער זינגען צוזאַמען מיט איינעם פֿון די באַקאַנטסטע הײַנטצײַטיקע ייִדישע זינגער, וואָס איז אויך אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן געזאַנג, און זיך דערוויסן פֿון אים וועגן די פֿאַרשידענע זשאַנערן און סטילן פֿונעם ייִדישן ליד.

פּונקט אַזוי וועט מען אָבער דעם פֿרילינג קענען טאָן בײַם „ייִוואָ.‟ לאָרין סקלאַמבערג, דער הויפּטזינגער פֿון דער קאַפּעליע „די קלעזמאַטיקס‟, וואָס דינט שוין לאַנגע יאָרן אויך ווי דער קלאַנג־אַרכיוויסט בײַם „ייִוואָ‟, וועט אָנפֿירן מיט אַ סעריע זעקס זינגערײַען. בשעת די סעסיעס וועט ער זיך טיילן מיט אומבאַקאַנטע לידער, וואָס די פֿאָלקלאָריסטקע רות רובין האָט אָנגעזאַמלט, חסידישע לידער אָנגעזאַמלט דורכן באַקאַנטן חזן נחמיה ווינאַווער, פֿאָלקס־ און קונסטלידער פֿון איסאַ קרעמער, און לידער פֿון ייִדישע פּאָעטן, וואָס האָבן געשאַפֿן אינעם 21סטן יאָרהונדערט. מע וועט סײַ שפּילן רעקאָרדירונגען פֿון די לידער פֿונעם ייִוואָ־קלאַנג־אַרכיוו, אַלע זאָלן קענען הערן ווי אַזוי מע זינגט זיי, סײַ צוטיילן פּאַפּירן מיטן טעקסט צו די לידער אויף ייִדיש און ענגליש.

די זינגערײַען וועלן פֿאָרקומען יעדן דאָנערשטיק, פֿונעם 7טן מאַרץ ביזן 11טן אַפּריל, פֿון זעקס ביז אַכט אַ זייגער אין אָוונט. שׂכר־לימוד קאָסט 250$ פֿאַר ייִוואָ־מיטגלידער, 325$ פֿאַרן ברייטן עולם, און 30$ פֿאַר סטודענטן.

כּדי צו געפֿינען נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, באַזוכט: https://yivo.org/Zingeray.