לעקציע וועגן סעקס אויף ייִדיש — ערשטע אין אַ סעריע דיסקוסיעס

Lecture on Sex in Yiddish — First in a Series of Yiddish Talks

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 05, 2019.
„רעגינע: טראַגישע ליבע פֿון אַן אָרעם ייִדיש מיידל‟, אַ יידיש־שפּראַכיקער שונדראָמאַן פֿון וואַרשע
Wikimedia
„רעגינע: טראַגישע ליבע פֿון אַן אָרעם ייִדיש מיידל‟, אַ יידיש־שפּראַכיקער שונדראָמאַן פֿון וואַרשע

להיפּוך צום סטערעאָטיפּ וועגן מאַמע־לשון, געפֿינען זיך אויף ייִדיש אַ צאָל ווערטער וועגן סעקס — סײַ טעכנישע טערמינען, סײַ סלענג־ און גרעבלעכע ווערטער. אַזוי ווי די ווערטער וועגן דער דאָזיקער טעמע אויף יעדער שפּראַך, האָבן די טערמינען — בפֿרט די סלענגישע — אַ טענדענץ זייער גיך זיך צו בײַטן.

צווישן אַנדערע לינגוויסטן האָט ד׳׳ר מרדכי שעכטער צונויפֿגעקליבן ייִדישע ווערטער פֿאַרבונדן מיט סעקס, וואָס ער האָט געטראָפֿן אין דער ייִדישער ליטעראַטור און פּרעסע און אויך בײַ מענטשן, וואָס האָבן אים איבערגעגעבן דעם אַמאָליקן סלענג פֿון זייער שטעטל צי שטאָט. אַ סך ווערטער אַזעלכע קען מען אויך טרעפֿן אין אַלטע לידער, בפֿרט אין די קאַבאַרעט־לידער פֿון די 1930ער יאָרן.

איין יונגערמאַן וואָס פֿאַראינטערעסירט זיך מיט דער טעמע איז נח באַרעראַ, וואָס אַרבעט בײַם „אַרבעטער־רינג‟ ווי אַ קאָאָרדינאַטאָר פֿון די ייִדיש־פּראָגראַמען. דאָרטן וועט ער לכּבֿוד וואַלענטין־טאָג אָנפֿירן מיט אַ דיסקוסיע וועגן די טערמינען אויף ייִדיש פֿאַרבונדן מיט ליבע און סעקס און לייענען אויסצוגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור וואָס זענען שייך. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 13טן פֿעברואַר, פֿון 6:30 ביז 8:30 אין אָוונט.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://circle.org/event/yiddish-sex-talk-reb-noyekh/.

דער „אַרבעטער־רינג‟ האָט אויך געלאָזט וויסן וועגן נאָך צוויי רעדעס פֿאַרבונדן מיט ייִדיש. עלען קאַסעדי, די איבערזעצערין פֿון יענטע מאַשס ווערק, וועט פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿון מאַשס דערציילונגען אויף ייִדיש און ענגליש. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 20סטן פֿעברואַר, פֿון 7 ביז 9 אַ זייגער אין אָוונט.

אַחרון אַחרון הבֿיבֿ וועט קאָליע באָראָדולין, דער דירעקטאָר פֿון ייִדיש־פּראָגראַמען בײַם „אַרבעטער־רינג‟, דערציילן וועגן זײַן רײַזע צוריק קיין ביראָבידזשאַן, די ייִדישע אויטאָנאָמישע געגנט אין וועלכער ער איז אויפֿגעוואַקסן. די רעדע וועט געהאַלטן ווערן דאָנערשטיק, דעם 7טן מאַרץ, פֿון 6:30 ביז 8:30 אין אָוונט.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://circle.org/event/birobidzhan-journey-home/.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.