דער פּוסק וואָס האָט געפֿאָרשט די וויסנשאַפֿט פֿאַר זײַנע תּשובֿות

A Rabbi Who Researched Science To Solve Halachic Questions

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 06, 2019.
הרבֿ אַבֿרהם בלומענקראַנץ
Wikimedia
הרבֿ אַבֿרהם בלומענקראַנץ

אין דער הײַנטיקער פּרשת־תּרומה ווערט דערקלערט, ווי אַזוי די גײַסטיקע עבֿודה קאָן אַנטפּלעקן געטלעכקייט אין דער אַרומיקער וועלט מיט דער הילף פֿון כּלערליי גשמיותדיקע זאַכן.

דער רבונו־של־עולם האָט אָנגעזאָגט די ייִדן צו זאַמלען פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן, כּדי אויפֿצושטעלן דעם משכּן — אַ ספּעציעל הייליק אָרט, אַ „דירה‟ פֿאַרן אייבערשטן אַליין. האָט מען געזאַמלט גאָלד, זילבער, קופּער, פֿאַרשיידענע מינים וואָל, פֿלאַקס, לעדער, האָלץ, אייל, געווירצן און אַדלשטיינער.

דער אויסקלײַב פֿון די מאַטעריאַלן איז געווען זייער אַ סימבאָלישער. די וועלט באַשטייט דאָך פֿון פֿיר אַלגעמיינע מדרגות — די אומבאַלעבטע מאַטעריע, געוויקסן, חיות און מענטשן. אינעם משכּן האָבן די בויער אויסגענוצט די חפֿצים פֿון אַלע דרײַ נידעריקערע מדרגות פֿונעם וועזן – צו ווײַזן, אַז די וועלט, פֿון שטיינער ביז ביימער און מענטשן שטעלט מיט זיך פֿאָר איין אָרגאַניש שלימות.

איין יום־טובֿ אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער היים פֿאָדערט כּמעט אַזויפֿיל טירחה, ווי די עבֿודת־המשכּן – דהײַנו, דער חג־הפּסח. אין דער הײַנטיקער גלאָבאַליזירטער וועלט פֿון קאָמפּליצירטע שפּײַז־טעכנאָלאָגיעס און אינגרעדיענטן, געזאַמלט צומאָל פֿון דער גאָרער וועלט, איז נישט אַלעמאָל פּשוט צו זײַן זיכער, אַז אינעם טיש־פּלאַסטיק איז נישטאָ קיין חמץ, שוין אָפּגערעדט פֿון פֿאַרשיידענע מינים מאכלים. אַזוי ווי די בויער פֿונעם מישכּן, מוזן די בעלי־בתּים גוט באַטראַכטן, וועלכע מאכלים און מאַטעריאַלן טויגן יאָ און וועלכע נישט בײַם פּסחדיקן סדר.

דעם 4טן טאָג אינעם חודש אָדר פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון הרבֿ אַבֿרהם בלומענקראַנץ (1944-2007). הגם אינעם יאָר, ווען ער איז ניפֿטר געוואָרן, איז געווען בלויז איין חודש אָדר, איז פֿאָרט כּדאַי צו דערמאָנען די דאָזיקע וויכטיקע פּערזענלעכקייט דעם הײַנטיקן שבת, וואָס פֿאַלט אויס דעם 4טן טאָג אינעם חודש אָדר־ראשון.

צום מערסטן איז בלומענקראַנץ, אַ פּראָמינענטער הײַנטצײַטיקער אַמעריקאַנער פּוסק, געווען באַקאַנט מיט זײַן יערלעכן פּרטימדיקן און באַלערנדיקן וועגווײַזער־בוך וועגן הלכות־פּסח. לכתּחילה אַ קליינע בראָשור, וואָס דער רבֿ האָט אַרויסגעגעבן אין די 1970ער, איז דער וועזווײַזער זיך צעוואַקסן אין אַ גאַנצער פּסח־ענציקלאָפּעדיע. די לייענער האָבן זיך כּסדר געוועדנט צו הרבֿ בלומענקראַנץ מיט שווערע שאלות, צוליב וועלכע דער מחבר האָט געמוזט דורכפֿירן עכטע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען. נאָך זײַן פּטירה, זענען זײַנע קרובֿים ממשיך געווען די דאָזיקע וויכטיקע אַרבעט און גיבן ווײַטער אַרויס די יערלעכע ביכער — נאָך אַלץ געווידמעט זײַן נאָמען.

אַבֿרהם בלומענקראַנץ איז געבוירן געוואָרן אין ארץ־ישׂראל – דעמאָלט די מאַנדאַט־פּאַלעסטינע. בעת דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה אינעם יאָר 1948 האָט ער זיך געפֿונען אין אַן אַנדער לאַנד. אַנשטאָט זיך אומצוקערן קיין ארץ־ישׂראל, האָט די משפּחה זיך באַזעצט אין באָגאָטע, קאָלומביע, וווּ זײַן טאַטע איז געוואָרן דער הויפּט־רבֿ.

שפּעטער איז דער יונגער אַבֿרהם אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק און געוואָרן אַ תּלמיד און געהילף פֿונעם באַרימטן פּוסק הרבֿ משה פֿײַנשטיין. במשך פֿון צײַט איז בלומענקראַנץ פֿאַקטיש געוואָרן פֿײַנשטיינס „רעכטע האַנט‟. זעענדיק דעם תּלמידס טאַלאַנט ווי אַ פּוסק, האָט משה פֿײַנשטיין אים אָנגעשטעלט אויף וויכטיקע רבנישע פּאָזיציעס אין סטאַטען־אײַלענד, ברוקלין און קווינס. באַזונדערס איז ער באַרימט געוואָרן אין זײַנע לעצטע יאָרן ווי אַן אָרטיקער פּוסק און מגיד־שיעור אין דער קווינסער געגנט פֿאַר־ראָקעוויי, הגם ווי אַ פּסח־מומחה איז ער געווען באַרימט אין דער גאַנצער וועלט, בפֿרט אין צפֿון־אַמעריקע.

אַפֿילו פֿאַר אַ מאָדערנעם ספֿרדישן ייִד, וואָס מוז נישט פֿאָלגן די אָן אַ שיעור אַשכּנזישע פּסחדיקע חומרות און דעם איסור פֿון קיטניות, בלײַבן בלומענקראַנצס פֿאָרשונגען באַלערנדיק און אינטערעסאַנט. ווי געזאָגט, ווערט אין אונדזער פּרשה דערציילט, ווי ייִדן האָבן געזאַמלט כּלערליי מאַטעריאַלן — אַ טייל מיטגעבראַכט פֿון מצרים, אַ טייל געפֿונען אינעם מידבר, אַ צאָל אַנדערע פֿון אַנדערע מקומות. הרבֿ בלומענקראַנץ האָט אין זײַנע פֿאָרשונגען געוויזן, אַז אין דער הײַנטיקער תּקופֿה קאָנען אַפֿילו אַזעלכע פּראָדוקטן, ווי קאָסמעטיק, רייניקונג־שטאָפֿן און מעדיקאַמענטן אַנטהאַלטן אומגעוווּנטשענע און אומדערוואַרטע שפּורן פֿון חמץ און חמץ־דעריוואַטיוון. באַקומט זיך, אַז כּדי צו פֿאַרוואַנדלען די שטוב במשך פֿונעם הייליקן חג־הפּסח אין אַ מין פּערזענלעכן מישכּן, מוזן מיר — לכל־הפּחות, די אַשכּנזים — דורכפֿירן כּמעט אַזאַ קאָמפּליצירטע פֿאָרשונג און צוגרייטונג, ווי בײַם בויען דעם מישכּן אינעם מדבר.

אַ סך ספֿרדים און אַ טייל אַשכּנזישע מאָדערנע אָרטאָדאָקסן מעגן באַטראַכטן הרבֿ בלומענקראַנצס פֿאָרשונגען ווי איבעריקע גריבלענישן אין אויסערלעכע דעטאַלן. פֿאַרוואָס דאַרף די זייף אינעם וואַשצימער זײַן כּשר־לפּסח, אויב על־פּי הלכה איז עס בכלל נישט קיין מאכל, און ווערט גענוצט בלויז בײַם וואַשן זיך די הענט? פֿון דער צווייטער זײַט, מײַדן אויס אַ סך חסידים וועלכע־ניט־איז ספֿקדיקע פּראָדוקטן; זיי עסן בלויז אַליין־געמאַכטע מאכלים, בײַם וואַשן באַנוצן זיי זיך מיט באַקסאָדע און ממילא נייטיקן זיך נישט צופֿיל אין קינסטלעכע כעמישע פּראָדוקטן.

פֿון דעסט וועגן, האָט הרבֿ אַבֿרהם בלומענקראַנץ ז״ל אָנגעוויזן דער פֿרומער וועלט, ווי אומגעריכט קאָמפּליצירט עס איז הײַנט דאָס היטן כּשרות — צוליב דער וואַקסנדיקער מדרגה פֿון גלאָבאַליזאַציע און מאָדערניזאַציע פֿון טעכנאָלאָגישע פּראָצעסן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.