ניין, ישׂראל האָט ניט קורירט יענע מחלה

No, Israel Didn't Cure Cancer

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 06, 2019.

אַ ראַק־פֿאָרשערין קוקט אַרײַן אין אַ מיקראָסקאָפּ
Getty Images
אַ ראַק־פֿאָרשערין קוקט אַרײַן אין אַ מיקראָסקאָפּ

ס׳איז מסתּמא ניט קיין גוזמא צו זאָגן, אַז ראַק (אָדער ווי מע רופֿט אים אָפֿט אָן: „יענע מחלה‟) איז די קראַנקייט פֿון וועלכער מער מענטשן האָבן מורא ווי אַלע אַנדערע. ס׳איז דאָך נאַטירלעך: ווער דען האָט ניט פֿאַרלוירן אַ קרובֿ צי אַ פֿרײַנד צוליב דער דאָזיקער קרענק?

דערצו האָבן די אַלע וואָס זענען בײַגעווען ווען עמעצער האָט געליטן פֿון אַ ראַק געזען, ווי אַכזריותדיק זענען די סימפּטאָמען וואָס דער חולה מאַכט דורך. אַ סך מענטשן זענען ממש טראַוומאַטיזירט געוואָרן דורך ראַק, פּונקט אַזוי ווי מע קען ווערן טראַוומאַטיזירט בײַם זײַן אַן עדות פֿון אַן אויטאָ־קאַטאָסטראָפֿע אָדער אַ שיסערײַ.

בלויז אין דעם טרויעריקן קאָנטעקסט קען מען פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די וועלטפּרעסע האָט אַזוי שטאַרק צעפּויקט די דערקלערונג מצד אַ ישׂראלדיקע פֿירמע, AEBI Inc, אַז אין ווייניקער ווי אַ יאָר וועט זי אַרויסלאָזן אַ מין „אַנטיביאָטיק קעגן יענער מחלה‟, וואָס קען קורירן אַלע מינים ראַק.

מיט ס׳רובֿ קראַנקייטן וואָלטן די זשורנאַליסטן פֿריִער אויסגעפֿאָרשט צי די דערקלערונג איז באַרעכטיקט, איידער צו פֿאַרפּירסומען די נײַעס. אָבער מיט ראַק ווילט זיך אַזוי שטאַרק הערן אַ גוטע בשׂורה, אַז אַמאָל פֿאַרגעסט מען צו זײַן גענוג סקעפּטיש. און די הײַנטיקע מעדיצינישע שווינדלער, אַזוי ווי די אַמאָליקע פֿאַרקויפֿער פֿון „שלאַנג־אייל‟ — די שאַרלאַטאַנסקע רפֿואות וואָס זענען געווען פּאָפּולער אין אַמעריקע — ווייסן, אַז ווען מענטשן לעכצן נאָך אַ האָפֿענונג און עס פֿעלט בײַ זיי דעם חוש פֿאַר סקעפּטיציזם, קען מען זיי נאָך פֿאַרקויפֿן פֿויגלמילך אויך.

די עקספּערטן האָבן אָבער באַלד געענטפֿערט אויף די באַרימערײַען פֿון AEBI Inc. קודם האָט מען דערמאָנט, אַז ווען עס קומט צום ראַק גייט די רייד ניט וועגן איין קראַנקייט צי ווירוס, נאָר וועגן הונדערטער פֿאַרשידענע קרענק, וואָס קומען אויף ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ ריי (אָפֿט אומקלאָרע) סיבות און אַנטוויקלען זיך אויף גאָר אַנדערע אופֿנים. דערפֿאַר איז עס פּשוט אוממעגלעך, אַז איין היילונג זאָל זיי אַלע קענען באַזײַטיקן.

דערצו האָט די „אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿאַר ראַק־פֿאָרשונג‟ איבערגעגעבן אויף זייער וועבזײַט, אַז דער צוגאַנג פֿון די ישׂראלדיקע פֿאָרשער איז ניט קיין נײַער, און אַז אַזאַ היילמיטל האָט, ביז אַהער, פּשוט ניט געטויגט. די געזעלשאַפֿט האָט ווײַטער געשריבן, אַז ס׳איז ניטאָ קיין סיבה צו גלייבן, אַז אַזאַ מין היילונג וועט דאָס מאָל גילטן. (ס׳איז כּדאַי דאָ צו דערמאָנען, אַז מעדיצינישע פֿאָרשער האָבן בדרך־כּלל זייער שטאַרק מורא צו זאָגן אָפֿיציעל אַז אַ נײַער היילמיטל וועט אַבסאָלוט זיכער ניט אַרבעטן ווען זיי קענען ניט אַלע פּרטים, ווי אַזוי מע האָט די רפֿואה געשאַפֿן. אַז AEBI Inc האָט נאָך ניט געמאַכט די נייטיקע שטודיעס צו ווײַזן אַז זייער רפֿואה טויג טאַקע, קענען די וויסנשאַפֿטלער ניט געהעריק קאָמענטירן אויף אים. אָבער דער פֿאַקט אַליין אַז מע האָט ניט אַרויסגעלאָזט קיין פֿאַרלאָזלעכע שטודיעס איז נאָך אַ באַווײַז, אַז עס גייט די רייד וועגן אַ בלאָף).

ניט געקוקט אויף דער צווייפֿלהאַפֿטיקייט פֿון די דערקלערונגען, האָט מען געזען אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟ כּלערליי אַרטיקלען פֿון ייִדישע וועבזײַטן און בלאָגס, וואָס דערקלערן, אַז „ישׂראל האָט קורירט ראַק‟. מע האָט דערצו געטאַדלט די שטיצער פֿונעם בויקאָט קעגן ישׂראל, פֿרעגנדיק רעטאָריש, צי זיי וועלן אויך בויקאָטירן דעם „ייִדישן‟ היילמיטל קעגן ראַק.

אַ ביטערע איראָניע פֿון דעם אַלעם איז דער פֿאַקט, וואָס די ייִדישע מדינה איז הײַנט טאַקע אַ וועלטצענטער פֿון ראַק־פֿאָרשונג און מע אַרבעט דאָרטן אויף צענדליקער פּראָיעקטן, וואָס וועלן אפֿשר דערפֿירן צו עכטע היילונגען פֿאַר פֿאַרשידענע מינים ראַק. צוליב דעם שקר פֿון דער דאָזיקער פֿירמע, אָבער, האָט די ישׂראלדיקע דאַך־אָרגאַניזאַציע וואָס רעפּרעזענטירט מער ווי 700 אינסטיטוטן און פֿירמעס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ביאָלאָגיע, מעדיצין און „הײַטעק‟־קאָמפּיוטערײַ געזאָגט, אַז דער שם פֿון זייער גאַנצער אינדוסטריע אין ישׂראל איז פֿאַרשוואַרצט געוואָרן אויף אייביק.