פּוילישער דיפּלאָמאַט: באַוועגונג צו בויקאָטירן ישׂראל „עקסיסטירט אַפֿילו נישט אין פּוילן‟

Polish Diplomat: "BDS Movement Doesn't Even Exist in Poland"

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published February 08, 2019.

אַן אַנקעטע, באַשטעלט פֿונעם פּוילישן אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל, מאַרעק מאַגעראָווסקי, האָט אָנגעוויזן אַז אַ העלפֿט פֿון די ישׂראלים האָבן אַ נעגאַטיווע מיינונג פֿון פּוילן.

די אַנקעטע האָט געפֿרעגט בײַ מער ווי 1,000 ישׂראלים איבער 18 יאָר וואָס זיי האַלטן פֿון פּוילן. בערך 33% האָבן געזאָגט אַז זיי זענען „אַ ביסל נעגאַטיוו געשטימט‟ צו פּוילן און 16% האָבן געענטפֿערט אַז זיי זענען „שטאַרק נעגאַטיוו געשטימט‟.

67% ישׂראלים האַלטן אַז פּוילן „קווענקלט זיך אָנצונעמען אַ פֿול אַחריות פֿאַר דער ראָלע וואָס אירע בירגער האָבן געשפּילט בעת דעם חורבן‟. 72% האָבן אָבער מסכּים געווען אַז פּאָלאַקן זענען, ווי די ייִדן, אונטערדריקט געוואָרן פֿון די נאַציס, כאָטש מע קען די צוויי מינים ליידן נישט פֿאַרגלײַכן.

בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ נאָכן פּובליקירן די רעזולטאַטן פֿון דער אַנקעטע האָט מאַגעראָווסקי דערקלערט אַז פּוילן לייקנט נישט אַז עס זענען געווען פּאָלאַקן וואָס האָבן קאָלאַבאָרירט מיט די דײַטשן, אָבער אין אַלגעמיין זענען די פּאָלאַקן נישט געווען קיין נאַציס.

„מיר קענען נישט אַנטלויפֿן פֿון דער געשיכטע,‟ האָט ער געזאָגט. „מיר וועלן אייביק געדענקען די היסטאָרישע פֿאַרבינדונג צווישן די פּאָלאַקן און די ייִדן, און די זעקס טראַגישע יאָרן אין וועלכע ייִדן זענען אומגעבראַכט געוואָרן דורך דײַטשע נאַציס אין פּוילן. אָבער עס זענען דאָ גענוג אַנדערע זאַכן וואָס קומען הײַנט פֿאָר אין פּוילן וועגן וואָס מע קען רעדן.‟

מאַגעראָווסקי האָט צוגעגעבן אַז די באַוועגונג צו בויקאָטירן ישׂראל „עקסיסטירט נישט אין פּוילן‟; אַז „אַנטיסעמיטיזם האָט נישט קיין פּאָליטישן כּוח‟ אין לאַנד; אַז פּוילן טאַדלט די טעראָריסטישע אַטאַקן קעגן ישׂראלים און אַז פּוילן באַטראַכט ישׂראל ווי „אונדזער סטראַטעגישער שותּף אינעם מיטעלן מיזרח‟.

ס׳איז אויך מעגלעך אַז די ישׂראלים ווייסן פּשוט זייער ווייניק וועגן פּוילן. לויט דער אַנקעטע האָט בלויז אַ דריטל ישׂראלים אַ מאָל באַזוכט פּוילן.