דער ערשטער ייִדישער בעסט־סעלער — איצט אױף ענגליש

The First Yiddish Bestseller Now Available in English

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 08, 2019.
יעקבֿ דינעזאָן און די הילע פֿון דער נײַער איבערזעצונג
Jewish Storyteller Press
יעקבֿ דינעזאָן און די הילע פֿון דער נײַער איבערזעצונג

אין זײַנע זכרונות דערצײלט יעקבֿ דינעזאָן װי אַן אַלטער מאָסקװער מוכר־ספֿרים האָט געלױבט אַ נײַעם ראָמאַן פֿון אַרום 1877: „אָט איז ערשט מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק פֿון דרוק אַרױס אַזאַ עבֿרי־טײַטש־ביכל מיטן נאָמען ‘הנאהבֿים והנעימים׳, כּלומרשט אױף לשון־קדוש, און גלײַך אונטער דעם דעם פּירוש — ׳אָדער אַ שװאַרצער יונגערמאַנטשיק’. און עפּעס אַ מין אױסכאַפּעניש איז דאָ געשען: די ערשטע הונדערט עקזעמפּלאַרן האָט מען בײַ מיר ממש אױסגעכאַפּט אין קאַרגע דרײַ טעג. קלאַפּ איך קײן װילנע אַ דעפּעש. שיקט מען מיר אַרױס אין באַגאַזש, װי איך האָב אין דעפּעש געקלאַפּט, נאָך דרײַ הונדערט, גײט נישט אַריבער אַ װאָך צײַט, בלײַבט בײַ מיר אַפֿילו אײנער נישט.‟

„און אַזױ,‟ שרײַבט דינעזאָן, „האָט מען שױן אין פֿאַרלױף פֿון אַ פּאָר װאָכן כּמעט אין יעדן ייִדישן הױז אין מאָסקװע מײַן ראָמאַן געהאַט געלעזן.‟ מאָסקװע איז דעמאָלט װײַט ניט געװען קײן גרױסער צענטער פֿון ייִדיש, קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן, װי פּאָפּולער האָט דער ראָמאַן געדאַרפֿט זײַן אינעם ייִדישן „תּחום המושבֿ‟.

דעם מחברס פּערזענלעכקײט איז אָבער פֿאַרבליבן אַ סוד. דער מאָסקװער מוכר־ספֿרים איז געװען זיכער: „קלאָר װי דער טאָג איז בײַ מיר, אַז דער נאָמען דינעזאָן איז נישט די אמתע פֿאַמיליע פֿון דעם דאָזיקן מחבר. אפֿשר איז דער נאָמען דינעזאָן נאָר אַ נוטריקון פֿון זײַן אמתן נאָמען, און אפֿשר איז ער גלאַט אַן עורבֿא פּרח, אַן אױסגעטראַכטער נאָמען.‟ דינעזאָן אַלײן האָט מורא געהאַט צו אַנטפּלעקן, אַז ער איז טאַקע דער מחבר פֿונעם ייִדישן ראָמאַן, װײַל דאָס װאָלט אים געגעבן אַ שלעכטן שם צװישן אױפֿגעקלערטע מאָסקװער ייִדן. קײן האָנאָראַר פֿאַר זײַן װערק האָט ער אױך ניט באַקומען, און סוף־כּל־סוף האָט ער געמוזט באַצאָלן גאַנצע דרײַ רובל פֿאַר זײַן אײגענעם בוך, בעת מענדעלעס „קליאַטשע‟ האָט אים געקאָסט קנאַפּע פֿופֿציק קאָפּקעס!

עטלעכע דורות ייִדישע לײענערינס האָבן געװײנט איבערן ביטערן גורל פֿון יוסף, ראָזע און רוחמה, די העלדן פֿונעם „שװאַרצן יונגערמאַנטשיק‟. די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן קומט פֿאָר אַרום דער משפּחה פֿון אַ פֿאַרמעגלעכן סוחר אין דער שטאָט מאָלעװ, װוּ יוסף דינט װי אַ לערער. יוסף האָט ליב דעם סוחרס טאָכטער ראָזע, און ראָזע האָט יוספֿן אויך ליב אָבער זײ האָבן אַ געפֿערלעכן שׂונא, דעם „שװאַרצן יונגערמאַן‟ — משה שניאור, דעם סוחרס אײדעם. יענער האָט בדעה איבערצוכאַפּן דעם שװערס געשעפֿט, און כּדי מקיים צו זײַן זײַן פּלאַן, װיל ער באַזײַטיקן אַלע קאָנקורענטן. קודם־כּל װיל ער ניט דערלאָזן די חתונה צװישן ראָזע און יוסף.

אױף אָט דעם יסוד װערט געבױט אַ פֿאַרדרײטער סיפּור־המעשׂה מיט פּלוצעמדיקע איבערדײענישן, דראַמאַטישע מפּלות און גליקלעכע הצלות. להיפּוך צו די שונד־ראָמאַנען, װאָס שלום־עליכם האָט שאַרף קריטיקירט מער װי צען יאָר נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם „שװאַרצן יונגערמאַנטישיק‟, איז דער סוף פֿון דינעזאָנס ראָמאַן טאַקע ניט קײן גליקלעכער. אַלע גוטע העלדן שטאַרבן, בעת דער „שװאַרצער‟ װערט אַ בכּבֿודיקער ייִד: „אַ מיטגליד און אַ דעה־זאָגער אין באַנק איז ער, צו װאַלן הערט מען רעדנדיק נאָר אים אַלײן!‟ נאָך מער, װײַזט אױס אַז יוסף האָט אין זײַן צװאה אַפֿילו געהײסן מען זאָל משה־שניאורן ניט טשעפּען! אמת, מען איז חושד, אַז משה־שניאור האָט טאַקע אַלײן געפֿעלשט יוספֿס צװאה, „אָבער דאָס האָט נאָר גאָט אַלײן געקאָנט מגלה זײַן דעם אמת‟.

דינעזאָן האָט אָנגעשריבן דעם דאָזיקן ראָמאַן אינעם עלטער פֿון 21 יאָר, און דאָס איז פֿאַרבליבן זײַן סאַמע באַרימטסט װערק. מיט װאָס קאָן דער דאָזיקער ראָמאַן אױסנעמען בײַ דעם הײַנטיקן לײענער? עס איז אַװדאי אַ װיכטיקער מקור פֿאַר דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, װאָס לאָזט פֿאַרשטײן דעם געשמאַק און אינטערעסן פֿונעם ייִדישן מאַסן־לײענער פֿון דעם סוף־נײַנצטן יאָרהונדערט. עס זײַנען דאָ אַ סך לעבעדיקע עטנאָגראַפֿישע פּרטים, בפֿרט אין די שילדערונגען פֿון דער ייִדישער אונטערװעלט. די חסידישע „מאַפֿיע‟ מיט אײנעם אַ לײב סאָרקין בראָש פֿאַרמאָגט דאָ אַ פֿאַרצװײַטגטן קרימינעלן נעצװערק צװישן װילנע, מאָלעװ און פּעטערבורג. דינעזאָנס סטיל װערט באַפֿאַרבט דורכן אײגנאַרטיקן װײכן הומאָר, װאָס איז ניט אַזױ גרינג אָפּצוהיטן אױף ענגליש.

די פּערסאָנאַזשן זײַנען גאַנץ גראָדליניק שװאַרץ און װײַס, אָבער זײערע מאָטיװן און אױפֿפֿירונג זײַנען צומאָל גאַנץ אינטערעסאַנט. יוסף האָט ליב ראָזען, אָבער ער װיל ניט בלײַבן מיט איר משפּחה און פֿירן דעם געשעפֿט אין מאָלעװ. אַנשטאָט דעם פֿאָרט ער קײן פּעטערבורג צו לערנען זיך קאָמערץ אין אַ גרױסער פֿירמע. איבער משה־שניאורס אינטריגעס פֿאַרלירט ער ראָזען און זי האָט חתונה מיט אַן אַנדערן מאַן. איצט װערט ראָזעס ייִנגערע שװעסטער רוחמה פֿאַרליבט אין יוספֿן, און ער, דאַכט זיך, האָט זי אױך ליב. און דאָך פֿאָרט ער װידער אַװעק אױף זעקס יאָר, כּדי צו שטודירן אױף דאָקטער. ער שטאַרבט באַלד נאָך דעם װי ער קומט צוריק, װידער צוליב די מאַכינאַציעס פֿון זײַן שׂונא.

דינעזאָן איז פֿאַרבליבן פּאָפּולער צװישן דעם מאַסן־לײענער ביז אין די 1920ער יאָרן, אָבער קײן מאָדערנער שרײַבער איז ער ניט געװען. אין די לעצטע צענדליק יאָר איז פֿאָרגעקומען אַ געװיסער „רענעסאַנס‟ פֿון זײַנע װערק אין אַמעריקע און מען האָט גענומען זיי איבערזעצן אויף ענגליש. עד־היום זײַנען דערשינען די קורצע ראָמאַנען „יאָסעלע‟ און „הערשעלע‟, װי אױך דינעזאָנס זכרונות און שמואל ראָזשאַנסקיס ביאָגראַפֿיע פֿונעם מחבר.

איצט איז אַרױס „דער שװאַרצער יונגערמאַנטשיק‟ אין דער איבערזעצונג פֿון טינאַ לונסאָן. די איבערזעצונג גיט איבער דעם אַלטמאָדישן סטיל פֿונעם ראָמאַן, הגם דעם דערצײלערס איראָנישע אינטאָנאַציע װערט צומאָל פֿאַרלױרן. אין תּוך גענומען, איז „דער שװאַרצער יונגערמאַנטשיק‟ ניט אַזױ װײַט פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער מאַסן־ליטעראַטור און טעלעװיזיע. דאָס איז אַ גוטער רױשטאָף פֿאַר אַ סענטימענטאַלער זײף־אָפּערע פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדישן לעבן אין אַמעריקע אָדער ישׂראל. אַ סך פּראָבלעמען בלײַבן נאָך אַלץ אַקטועל אין דער פֿרומער סבֿיבֿה, און דינעזאָנס אַמאָליקער בעסטסעלער לאָזט זיך גוט צופּאַסן פֿאַר אַ לעבעדיקער טעלעװיזיע־סעריע.