צװײ היפּוכדיקע צוגאַנגען צום פּלאַנירטן װאַרשעװער־געטאָ מוזײ

Two Opposing Positions On the Planned Warsaw Ghetto Museum

פֿון דניאל גלאַי

Published February 12, 2019.
דער בנין פֿונעם צוקונפֿטדיקן מוזײ
Wikimedia Commons
דער בנין פֿונעם צוקונפֿטדיקן מוזײ

(צווייטער טייל פֿונעם אַרטיקל, „די ישׂראל־פּוילן־דעקלאַראַציע און דער ייִדיש־סעקטאָר‟)

אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך באַהאַנדלט די ישׂראל־פּוילישע דעקלאַראַציע פֿון יאָר 2018 אונטערגעחתמעט פֿון די פּרעמיער־מיניסטאָרן פֿון ביידע מדינות, בנימין נתניהו און מאַטוש מאָראַװיעצקי, און די פּראָטעסטן וואָס זי האָט אַרויסגערופֿן.

דאָס מאָל וועלן מיר דיסקוטירן דעם פּלאַנירטן מוזיי געווידמעט דער געשיכטע פֿון וואַרשעווער געטאָ, וואָס דאַרף זיך עפֿענען אין יאָר 2023 אין וואַרשע. דער מוזיי וועט אָפּמערקן 80 יאָר זינט דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. די אינסטיטוציע האָט שוין אַ וועבזײַט מיט היפּשער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פּערסאָנאַל, סטרוקטור און ריכטונג פֿונעם מוזיי. דער ייִדיש־פּוילישער היסטאָריקער אַלבערט סטאַנקאָווסקי איז נאָמינירט געוואָרן ווי איר גענעראַל־דירעקטאָר.

אויף די שפּאַלטן פֿון „האָרץ‟ האָט מען לעצטנס געקאָנט פֿילן דעם שטאַרקן צוזאַמענשטויס צווישן צוויי היסטאָריקער, ביידע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, מומחים אויפֿן געביט פֿון דער געשיכטע פֿון מזרח־אייראָפּעישן ייִדנטום: פּראָפֿ׳ ישׂראל ברטל (באַרטאַל) און פּראָפֿ׳ דניאל בלאַטמאַן. כ’בין זיך גלײַך מודה און מתוודה: איך אַליין, צוליב מײַן אַקטיוון ייִדישיזם, פֿיל זיך ווי אַ לעבעדיקער טייל פֿון אָט דער געשיכטע, און פֿון דאַנעט קומט מײַן דרך־ארץ און גרויסע באַוווּנדערונג צו זיי ביידן. דעריבער איז מיר גאָר שווער אָננעמען אַן איינזײַטיקע, קלאָרע שטעלונג אין דער מחלוקת צווישן זיי. וועל איך זיך כאָטש באַמיִען צו ברענגען זייערע שטעלונגען אויף אַן אָביעקטיוון, אויפֿריכטיקן אופֿן.

ד״ר בלאַטמאַן איז אין יאָר 2018 נאָמינירט געוואָרן ווי דער הויפּט־היסטאָריקער פֿון נײַעם געטאָ־וואַרשע־מוזיי. אויפֿן שטח פֿון דעם געוועזענעם „מאיר בערזאָן און באַומאַן קינדער־שפּיטאָל‟, וואָס האָט פֿאַרן קריג געדינט דער ייִדישער און ניט־ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָט די פּוילישע רעגירונג באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ נײַעם מוזיי, וואָס זאָל פֿאָרשטעלן דעם טראַגישן גורל פֿון וואַרשעווער געטאָ. די רעגירונג האָט דאָך געקאָנט באַשליסן עפּעס גאָר אַנדערשס װי, למשל, צו פֿאַרקויפֿן דעם שטח צו פּריוואַטע קאָמערציעלע אינוועסטאָרן און דערבײַ אפֿשר פֿאַרדינען פּראָפֿיטן פֿאַרן וואַרשעווער שטאָטראַט. איז דאָך גוט. דאָס וואָס מע האָט נאָמינירט אַ ישׂראלדיקן פּראָפֿעסאָר ווי דער הויפּט־היסטאָריקער, דאַרף אונדז דערפֿרייען. נאָר דווקא דאָ קען מען שטעלן די פֿראַגע: צי וועט דער מוזיי ניט פֿאָרשטעלן אַ פּוילישע פּערספּעקטיוו, מער ווי אַ ייִדישע, פֿונעם בילד און ווירקלעכקייט אין וואַרשעווער געטאָ? ד״ר בלאַטמאַן האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז ביז אַהער האָט ער קיין אויסערלעכע השפּעה און דרוק ניט געפֿילט אין זײַן בײַטראָג אויפֿצושטעלן דעם מוזיי.

ד״ר ברטל, פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט זיך אַרויסגעזאָגט אַז דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער, בלאַטמאַן, וועט פֿאַקטיש דינען אַ פּוילישן נאַראַטיוו און קאָנצעפּציע פֿון דער געטאָ־געשיכטע. האָט דערויף בלאַטמאַן געענטפֿערט, אַז ווער ס’אַטאַקירט אים איז אַליין אַ כּלי־משרת פֿון דעם ישׂראלדיקן נאַראַטיוו וועגן דער ייִדיש־פּוילישער געשיכטע. ער גיט נאָך צו אַז ס’מוז ניט זײַן נאָר איין קוק אויף דער געשיכטע, נאָר ס’איז פֿאַראַן אַן אָרט פֿאַר פֿאַרשידענע אינטערפּרעטאַציעס. ברטל וואַרפֿט אָפּ קאַטעגאָריש אַז מע דאַרף אָננעמען אַלגעמיינע, אוניווערסאַלע שטעלונגען און דערבײַ אָפּװאַרפֿן די לעגיטימקייט פֿון אַ סוביעקטיווער, ייִדישער פּערספּעקטיוו. ס’הייסט, אַז די ייִדישע דימענסיע, נישט אויטאָמאַטיש די ישׂראלישע, האָט פֿאַר אים אַ גרויסן באַטײַט.

בקיצור, מיר שטייען דאָ פֿאַר קעגנזײַטיקע באַשולדיקונגען, אַז יעדער איינער דינט אַן עטנאָצענטריש־מלוכישע קאָנצעפּציע — אַ ישׂראלדיקע צי אַ פּוילישע — און ניט דעם ריינעם, היסטאָרישן אמת. „אויב מע פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדישער געשיכטע — האָט ברטל געשריבן אין „האָרץ‟ — איז עס ממילא אַן עטנאָצענטרישע ייִדיש־ציוניסטישע, נאַציאָנאַלע פּערספּעקטיוו. ברטל שרײַבט, אַז די ישׂראלישע היסטאָריקער דאַרפֿן ארויסזאָגן בפֿרהסיא אַז זיי נעמען ניט אָן די איצטיקע פּויליש־נאַציאָנאַליסטישע היסטאָריאָגראַפֿיע. לויט בלאַטמאַנען, באַטאָנט דער אָפֿיציעלער נאַראַטיוו פֿון ישׂראל מער דעם אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן, איידער דעם צוזאַמענלעבן פֿון ייִדן און פּאָליאַקן.

אויף דער פֿראַגע, צי איז ריכטיק, אַז דער אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ ווערט אין די לעצטע יאָרן וואָס ווייניקער דערמאָנט אין אָפֿיציעלע יזכּור־אַקאַדעמיעס, ענטפֿערט בלאַטמאַן, אַז עס איז טאַקע אַזוי. אין די 1950ער יאָרן איז דער אויפֿשטאַנד געווען אַ צענטראַלער מאָטיוו. הײַנט פֿאַרשטייט מען, אַז דאָס איז געווען נאָר איין עפּיזאָד, הגם אַ וויכטיקער און סימבאָלישער, פֿון אַ פֿילזײַטיקער און קאָמפּליצירטער געשיכטע. די אַקטיווע קעגנערשאַפֿט קעגן נאַצי־אָקופּאַנט האָט געהאַט פֿילצאָליקע אויסדרוקן אין אַ סך לענדער און סיטואַציעס.

צו דערגאַנצן דאָס בילד דאַרפֿן מיר דאָ דערמאָנען, אַז ביידע פּערזענלעכקייטן דריקן אויס אין דער עפֿנטלעכקייט זייערע שטעלונגען לגבי אַקטועלע, נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען. ברטל האָט, למשל, אָנגעשריבן אַן אַרומנעמיקן אַרטיקל, טענהנדיק, אז יהדות קאָן ניט ווערן דער מאָנאָפּאָל פֿון געוויסע פּאָליטישע סעקטאָרן, און אַז אין העברעיִשן אוניווערסיטעט איז פֿאַראַן אַ ים מיט וויסן און פֿאָרשערס אויף די געביטן פֿון געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע, שפּראַכן, פֿאָלקלאָר און קונסט וואָס שפּיגלען אָפּ די פֿילזײַטיקייט פֿון ייִדישקייט. בלאַטמאַן דריקט אויס סענסיטיווקייט צו דער אַזוי גערופֿענער „נאַקבאַ‟, דעם פּאַלעסטינער אומגליק נאָך זייער מפּלה פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה פון 1948.

ערשט ווען מע וועט דערעפֿענען דעם נײַעם מוזיי אין 2023, און ניט פֿריִער, וועט יעדער איינער קאָנען משפּטן, וואָס איז דער רעזולטאַט און צי עס שפּיגלט אָפּ בנאמנות דעם לעבן און טויט פֿון דעם אַרויפֿגעצוווּנגענעם, מטורפֿדיקן נאַצי־גיהנום, וואָס איז געווען דער וואַרשעווער געטאָ. ביז דעמאָלט בלײַב איך מיט מײַנע פּערזענלעכע, פּאָזיטיווע געפֿילן צו ביידע פּערזענלעכקייטן — סײַ צו ברטל סײַ צו בלאַטמאַן — וואָס ציט זיך נאָך פֿון אונטערנעמונגען, וועלכע זיי זײַנען בײַגעווען אין תּל־אָבֿיבֿ, אָרגאַניזירט דורכן אַרבעטער־רינג און בית־לייוויק. ברטל האָט זיך מיט יאָרן צוריק באַטייליקט אין אַ רירנדיקער אונטערנעמונג געווידמעט דער באַרימטער ווילנער אַנטי־נאַצישער קעמפֿערין, רחל מאַרגאָליס. אַחוץ איר, האָבן זיך אויך באַטייליקט פּראָפֿ’ דוד קאַץ און דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין ליטע, חן עבֿרי אַפּטער.

דער נאָמען פֿון פּראָפֿ’ בלאַטמאַן איז בײַ מיר אַסאָציִיִרט מיט זײַנע אַרויסטרעטונגען אויף קאַלישער, אין אַרבעטער רינג.

לגבי איין פּונקט זענען ברטל און בלאַטמאַן אַבסאָלוט מסכּים. די אונטערגעשריבענע ישׂראל־פּוילן־דעקלאַראַציע איז ווײַט פֿון אַ געראָטענע און אַנטהאַלט פֿיל אומפּינקטלעכקייטן און פֿאַרקריפּלונגען. ס’איז טשיקאַווע וואָס בועז קײַזמאַן, אַ ישׂראלדיקער קינסטלער וועלכער וווינט אין בערלין, פּלאַנירט אויסצודריקן זײַן פּראָטעסט קעגן דער אויבן דערמאָנטער ישׂראל־פּוילישער דעקלאַראַציע אויף זײַן קומעדיקער, נײַער אויסשטעלונג.

די מחלוקת אַרום דעם נײַעם מוזיי האָט ניט צו טאָן נאָר מיט אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט און ס’איז אויף זיכער ניט קיין טעמע נאָר פֿאַר אַקאַדעמיקער. און פּונקט ווי ס’איז פֿאַראַן אַן אָרט סײַ פֿאַר אַ ישׂראלדיקער סײַ פֿאַר אַ פּוילישער נאַראַטיוו, מיין איך, אַז עס איז אויך פֿאַראַן אַן אָרט פֿאַר כאָטש נאָך איין נאַראַטיוו. דער ייִדיש־סעקטאָר האָט הײַנט דעם זכות און דעם חובֿ צו פֿאָדערן, אַז אין די ראַמען פֿון דעם נײַעם מוזיי, להבֿדיל פֿון אַלע אַנדערע שואה־מוזייען, זאָל די ייִדישע שפּראַך קומען צו אַ פֿולן און אויטענטישן אויסדרוק. נישט נאָר לטובֿת ייִדיש, נאָר לטובֿת דער אַשכּנזישער קולטור בכלל. ס’איז אַ פֿאַרמעסט – און איצט איז די ריכטיקע שעה.