פֿאַר וואָס פֿאַרקנעפּלען די חסידים די רעקלעך פֿאַרקערט?

Why Do Hasidim Button Up Their This Way?

פֿון דאַנאַ לאָרטש (Forward)

Published February 14, 2019.
אַ חסיד אויף דער גאַס אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין
Getty Images
אַ חסיד אויף דער גאַס אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין

אַז מע גייט אין דער וואָכן אַרײַן אין אַ חסידישער שיל, וועט מען באַמערקן איין טשיקאַווע זאַך וועגן די מלבושים, וואָס עס טראָגן די מענער. כאָטש די רעקלעך און אָנצוגן זענען אַלע אויסגעפּרעסט און האָבן אַוודאי ניט קיין שעטנז, זענען זייערע קנעפּלעך צעדרייט אויף אַזוי ווײַט, אַז די רעכטע זײַט פֿונעם רעקל גייט אַריבער דער לינקער זײַט. דאָס איז ניט צוליב דעם וואָס דער ייִד האָט זיך געײַלט בײַם אָנטאָן זיך. דווקא אַזוי טוט אַ חסיד אָן אַ רעקל.

ס׳רובֿ חסידישע מענער פֿאַרשפּיליען זיך די רעקלעך און אָנצוגן, אַז די רעכטע זײַט זאָל אַריבערגיין די לינקע זײַט. די וואָס קענען זיך דערלויבן שטעלן ספּעציעל אָן אַ שנײַדער צו מאַכן די קנעפּלעך אויף דער לינקער זײַט. ס׳רובֿ קענען אָבער ניט אויספֿירן אַזאַ זאַך, און ס׳איז אויך ניט גרינג אַריבערצופֿירן אַלע קנעפּלעך פֿון אַ רעקל צי קאָסטוים, וואָס מע קויפֿט אין אַ קלייט. אין דער וואָכן פֿאַרקנעפּלען דערפֿאַר אַ סך חסידישע מענער די רעקלעך משה־קאַפּויער.

פֿון וואַנען קומט דער דאָזיקער מינהג? ס׳איז ניטאָ קיין קלאָרער ענטפֿער, אָבער מענטשן דערמאָנען אַ ריי סיבות בײַם דערקלערן דעם חסידישן אופֿן פֿון פֿאַרקנעפּלען די העמדער. אין דער תּורה ווערט אָפֿט דערמאָנט, אַז ס׳איז בעסער אָנצוטאָן קליידער, אָנהייבנדיק מיט דער רעכטער זײַט פֿונעם קערפּער. דערפֿאַר טוען אָן די פֿרומע ייִדן דעם רעכטן שוך פֿאַרן לינקן.

דערצו, שטייט אין קבלה, אַז די רעכטע זײַט פֿונעם קערפּער רעפּרעזענטירט חסד און די לינקע — גבֿורה. אַז מע פֿאַרשפּיליעט די קנעפּלעך אויף אַזאַ אופֿן, אַז די רעכטע זײַט מיט איר חסד דעקט צו די לינקע מיט איר גבֿורה, העלפֿט עס אונדז צו געדענקען, אַז חסד איז וויכטיקער ווי כּוח.