הײַיאָריקער „ייִדסטאַק‟ — „קלעזמאַטיקס‟, דניאל קאַהן און ווירע לאָזינסקי

Yidstock: Klezmatics, Daniel Kahn and Vira Lozinsky

די “קלעזמאַטיקס” טרעטן אויף בײַם “ייִדסטאַק”־פֿעסטיוואַל, 2014
Ben Barnhart
די “קלעזמאַטיקס” טרעטן אויף בײַם “ייִדסטאַק”־פֿעסטיוואַל, 2014

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 15, 2019.

אַ דאַנק דעם פֿעסטיוואַל „ייִדסטאַק‟ ווערט דאָס שטעטל אַמהערסט, אין מערבֿ־מאַסאַטשוסעטס, יעדן זומער אויף עטלעכע טעג אַ וועלטצענטער פֿון דער קלעזמער־מוזיק. דער ייִדישער ביכער־צענטער, וואָס אָרגאַניזירט איצט דעם פֿעסטיוואַל צום אַכטן מאָל, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט די הײַיאָריקער פּראָגראַם, און די מוזיקער, וואָס וועלן אָנטיילנעמען.

אויפֿן „ייִדסטאַק‟־פֿעסטיװאַל, װאָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 11טן ביזן 14טן יולי, װעט דניאל קאַהן אויפֿטרעטן מיט זײַן קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל‟ מיט אַ קאָנצערט פֿון פּאָליטישע פּאָנק־קלעזמער לידער. ער וועט אויך, צוזאַמען מיט זײַן לאַנגיאָריקער קאָלעגין, די זינגערין שׂרה־מינע גאָרדאָן, פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער און באַלאַדעס, וואָס וועט אַרײַננעמען סײַ טראַדיציאָנעלע פֿאָלקסלידער, סײַ נײַע ווערק, וואָס זיי האָבן אַליין אָנגעשריבן און קאָמפּאָנירט.

צום ערשטן מאָל אויף „ייִדסטאַק‟ וועט אויפֿטרעטן ווירע לאָזינסקי, אַ באַקאַנטע ישׂראלדיקע זינגערין פֿון קונסטלידער אויף ייִדיש, וואָס איז אַ זעלטענער גאַסט אין אַמעריקע. לאָזינסקי וועט זינגען אין איין קאָנצערט מיט האַנקוס נעצקי, דער עטנאָמוזיקאָלאָג, מוזיקער און מיטגרינדער פֿונעם Klezmer Conservatory Band, מיט וועלכן ער פֿירט שוין אָן 39 יאָר. לאָזינסקי וועט אויך אויפֿטרעטן אויף אַ קאָנצערט מיט די „קלעזמאַטיקס‟.

צום ערשטן מאָל אויפֿן פֿעסטיוואַל וועט אויך זינגען אַבֿיבֿה טשערניק, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר אירע לידער אויף דזשודעזמע. טשערניק האָט זיך לעצטנס פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש און וועט פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט, וואָס בינדט צונויף לידער אויף ייִדיש און דזשודעזמע וועגן ענלעכע טעמעס.

אַחוץ די קאָנצערטן און מוזיק־וואַרשטאַטן, וועט מען ווײַזן צום ערשטן מאָל דעם נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ז”ל, צונויפֿגעשטעלט פֿון די מיטאַרבעטער פֿונעם געשיכטע־בעל־פּה־פּראָיעקט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://www.yiddishbookcenter.org/yidstock.