דרײַ טורן פֿון מיזרח־אייראָפּע מיט אַ ייִדישן טעם

Three Tours of Eastern Europe Emphasizing Yiddish Culture

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 19, 2019.
אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג אינעם „פּוילן‟־מוזיי.
Getty Images
אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג אינעם „פּוילן‟־מוזיי.

ס׳איז ניט שטענדיק גרינג פֿאַר די אַשכּנזישע ייִדן, וואָס ווילן זיך לערנען וועגן זייער ייִדישער קולטור־ירושה אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעט און שטעטלעך, וווּ זייערע אָבות האָבן געלעבט. ס׳רובֿ פֿון זיי קענען ניט די אָרטיקע שפּראַכן און ווייסן ניט וועלכע ערטער צו באַזוכן, אָדער אַפֿילו בײַ וועמען זיך צו האַלטן אַן עצה. דערפֿאַר איז אַ סך מענטשן ליבער צו פֿאָרן אויף טורן, אין וועלכע מע האָט שוין פֿון פֿריִער געהאַט באַשלאָסן וועלכע ערטער מע וועט באַזוכן און אין וועלכע האָטעלן מע וועט אײַנשטײן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די ערטער וועלכע מע באַזוכט און אויף וועלכע טעמעס די רײַזע־פֿירער לייגן דעם טראָפּ ווערן באַשטימט לויט דער אידעאָלאָגישער שיטה פֿון די טור־אָרגאַניזירער. בײַ די חסידים באַזוכט מען כּמעט אויסשליסלעך די קבֿרי־צדיקים און בײַ צה׳׳ל פֿירט מען די נײַ־אײַנגעשוווירענע סאָלדאַטן איבער די אומברענג־לאַגערן, און שוין. וואָס טוט אָבער איינער, וואָס וויל זיך באַקענען מיט דער אָרטיקער ייִדישער קולטור־ירושה און ניט בלויז מיט די קבֿרי־צדיקים אָדער אומברענג־לאַגערן?

פֿאַר די וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך אין דער ייִדישער קולטור־ירושה אָרגאַניזירט ייִוואָ הײַיאָר צוויי טורן איבער מיזרח־אייראָפּע — איינער וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף דער ייִדישער ליטעראַטור אין אוקראַיִנע און אַ צווייטער געווידמעט דער ייִדישער קולטור־ירושה בכלל אין פּוילן און ליטע. דער אַרבעטער־רינג אָרגאַניזירט הײַיאָר אויך אַ טור איבער פּוילן און ליטע.

אָט זענען די פּרטים:

1) ייִוואָס טור איבער אוקראַיִנע:

ד׳׳ר שמואל קאַסאָוו און ד׳׳ר עדי פּאָרטנוי וועלן אָנפֿירן מיטן טור, וואָס וועט שילדערן ווי אַזוי די השׂכּלה, די חסידישע באַוועגונג און די ייִדישע אונטערוועלט האָבן משפּיע געווען אויף דער אָרטיקער ייִדישער ליטעראַטור. מע וועט באַזוכן קיִעוו, זשיטאָמיר, בערדיטשעוו, וויניציע, מעזשביזש, בראָסלעוו, ניקאָלאַיעוו, אומאַן און אָדעס. מע וועט זען די הײַזער, וווּ עס האָבן אַמאָל געלעבט שלום־עליכם און מענדעלע מוכר־ספֿרים, די קבֿרים פֿונעם בעש׳׳ט און פֿון ר׳ חיים בראָסלעווער און זיך דערוויסן וועגן די ייִדן וואָס וווינען הײַנט אין אָדעס. מע וועט אויך באַזוכן די ערטער פֿאַרבונדן מיט די אַמאָליקע אָדעסער ייִדישע באַנדיטן.

דער טור וועט פֿאָרקומען פֿונעם 21סטן ביזן 31סטן מײַ. עס קאָסט $5,500 אַ מענטש. נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט: עלינאַ בלאָך — ebloch@yivo.cjh.org.

2) ייִוואָס טור איבער פּוילן און ליטע:

ד׳׳ר שמואל קאַסאָוו וועט אָנפֿירן מיט אַ טור, וואָס וועט שילדערן די אַמאָליקע קולטורעלע אוצרות פֿונעם ייִדישן ווילנע און וואַרשע, און די ערטער, פֿאַרבונדן מיטן אומקום פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. אין ווילנע וועט מען באַזוכן די ערטער פֿאַרבונדן מיטן אַמאָליקן ייִוואָ און זען די ביכער און דאָקומענטן, וואָס ווערן איצט דיגיטאַליזירט דורך דער ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק בשותּפֿות מיטן ניו־יאָרקער ייִוואָ. מע וועט אויך באַזוכן פּאָנאַר, דער וואַלד לעבן ווילנע, וווּ מע האָט דערשאָסן די ווילנער ייִדן.

אין וואַרשע וועט מען באַזוכן דעם באַקאַנטן געשנער בית־עולם, וווּ עס זענען באַערדיקט מער ווי 200,000 ייִדן, צווישן זיי: י. ל. פּרץ, ש. אַנ־סקי, מאַרעק איידלמאַן, הרבֿ חיים בריסקער און ד׳׳ר לייזער זאַמענהאָף. אין וואַרשע וועט מען פֿאָרן אינעם „פּולין‟־מוזיי. אַחוץ די אַלטע ייִדישע קוואַרטאַלן פֿון לאָדזש און קראָקע וועט מען אויך פֿאָרן אין מײַדאַנעק און אוישוויץ. בעת די לעצטע טעג פֿונעם טור וועט מען קענען געניסן פֿונעם קראָקאָווער ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל.

דער טור וועט פֿאָרקומען פֿונעם 18טן יוני ביזן 30סטן יוני און קאָסט $6,492 אַ מענטש. נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט עלינאַ בלאָך — ebloch@yivo.cjh.org.

3) דעם אַרבעטער־רינגס טור פֿון פּוילן און ליטע:

ד׳׳ר טאָמאַש צעבולסקי וועט אָנפֿירן מיט אַ טור, וואָס וועט נאָכגיין די שפּורן פֿון די אָמאָליקע בונדיסטן און ייִדישע שרײַבער. אין דער ליטע וועט דער לינגוויסט און היסטאָריקער ד׳׳ר דוד כּ׳׳ץ פֿאָרן מיט דער גרופּע און האַלטן רעפֿעראַטן ווי אַ גאַסט־געלערנטער. אין ווילנע וועט מען באַזוכן דעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, די אָמאַליקע געטאָ, און ערטער פֿאַרבונדן מיטן „בונד‟ און די פּאַרטיזאַנער. מע וועט זיך אויך טרעפֿן מיט פֿירער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. אין פּוילן וועט מען פֿאָרן אין די אומברעג־לאַגערן טרעבלינקע און אוישוויץ, און זיך טרעפֿן מיט אָנפֿירער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. מע וועט אויך פֿאָרן אינעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟ אויפֿן נאָמען פֿון עמנואל רינגלבלום, וווּ עס געפֿינען זיך די דאָקומענטן און גבֿית־עדות, געזאַמלט פֿון די מיטגלידער פֿונעם „עונג־שבת‟־אַרכיוו אין וואַרשעווער געטאָ.

דער טור וועט פֿאָרקומען פֿונעם 25סטן מײַ ביזן 4טן יוני און קאָסט $4,350 אַ מענטש. נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://circle.org/poland2019/.