פּורים־פֿאָרשטעלונג אין „שלום־עליכם־צענטער‟ — רעפּערטואַר פֿון מאָריס שוואַרץ

Purim Show at Sholem Aleichem Center: Maurice Schwartz's Repertoire

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 21, 2019.
Eli Rosen/Forverts Montage

אין די לעצטע פּאָר יאָר איז אלי ראָזען געוואָרן אַ וויכטיקע פּערזענלעכקייט אויף דער ייִדישער גאַס אין ניו־יאָרק. אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ חסידישער משפּחה, האָט אלי פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט און איז געוואָרן אַן אַדוואָקאַט. נאָך דעם וואָס זײַן קאַריערע איז אים נימוס געוואָרן, האָט ער באַשלאָסן צו ווערן אַ פּענמענטש און אַ ייִדיש־שפּראַכיקער אַקטיאָר און איז געוואָרן אַ טייל פֿון דוד מאַנדעלבאַומס „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר‟־טעאַטער. דאָרטן זעצט ער איבער פּיעסעס פֿון העברעיִש און ענגליש אויף ייִדיש (צווישן אַנדערע: עזשען יאָנעסקוס „נאָזהאָרן‟] און טרעט אַליין אויף אויף דער בינע.

אַחוץ זײַנע איבערזעצונגען און ראָלעס ווי אַן אַקטיאָר, אַרבעט ער אויך ווי אַ קולטורעלער קאָנסולטאַנט און אַ פֿאַרמיטלער צווישן פֿרומע און פֿרײַע פֿאַר די פֿילם־רעזשיסאָרן, פֿאַראינטערעסירטע אין פֿאָרשטעלן רעאַליסטישע חסידישע העלדן וואָס רעדן אויף אַן אויטענטישן ייִדיש. לעצטנס איז ער, למשל, געוואָרן אַ טייל פֿון דער מאַנשאַפֿט, וואָס וועט פֿאַרוואַנדלען דבֿורה פֿעלדמאַנס ביכל זכרונות „אומאָרטאָדאָקסיש‟ אין אַ טעלעוויזיע־סעריע אונטער דער השגחה פֿון „נעטפֿליקס‟.

אַן עכטער ליבהאָבער פֿון טעאַטער, וויל ראָזען ניט בלויז שאַפֿן נײַע מאַטעריאַלן און איבערזעצונגען, נאָר אויך אויפֿלעבן די פֿאַרגעסענע אוצרות פֿון אַמאָל. לכּבֿוד פּורים וועט ער, זונטיק, דעם 17טן מאַרץ, פֿאָרשטעלן פֿריילעכע סצענעס און לידער פֿונעם רעפּערטואַר פֿונעם גרויסן אַקטיאָר מאָריס שוואַרץ. די פּראָגראַם „אַ חזן, אַ שיכּור‟, וואָס וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן בײַם „שלום־עליכם־צענטער‟ אין בראָנקס, איז אַ נײַער ספּעקטאַקל פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟.

די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 1:30 נאָכמיטאָג. אײַנטריט איז בחינם פֿאַר מיטגלידער פֿונעם „שלום־עליכם־צענטער‟ און 5$ פֿאַרן ברייטן עולם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://www.facebook.com/Sholem-Aleichem-Cultural-Center-Bronx-238579126233379/.