ייִדיש — אַ שפּראַך פֿון מענטשלעכקייט און רחמנות

Yiddish – A Language of Kindness and Compassion

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 21, 2019.
מרים און אַבֿי האָפֿמאַן ווערן אינטערוויויִרט אין 2016 דורך ראַבײַ מאַרק גאָלוב, אויף דער פּראָגראַם „לחיים!‟ פֿון דער ייִדישער־סטאַנציע JBS
JBS
מרים און אַבֿי האָפֿמאַן ווערן אינטערוויויִרט אין 2016 דורך ראַבײַ מאַרק גאָלוב, אויף דער פּראָגראַם „לחיים!‟ פֿון דער ייִדישער־סטאַנציע JBS

נישט לאַנג צוריק בין איך געזעסן אַנטקעגן אַ טעלעוויזיע־קאַמערע אין מיאַמי, פֿלאָרידע וווּ מע האָט אַרומגערעדט די טעמע, ייִדיש און ייִדישקײט אין פֿאַרבינדונג מיט דער נײַ געגרינדעטער אָרגאַניזאַציע „ייִדישקייט איניציאַטיוו‟.

דער אמת איז אַז די צוויי גרינדער פֿון דער אונטערנעמונג זײַנען אַ מאַמע מיט אַ זון, מײַן אבֿרהמל און איך. פֿאַראַיאָרן איז אונטער דער לאָזונג „ייִדיש און ייִדישקייט‟ פֿאָרגעקומעןאַ ייִדיש-פֿעסטיוואַל אין מיאַמי־ביטש מיט גרויס דערפֿאָלג. הײַיאָר וועט עס שוין פֿאָרקומען אויף צוויי ערטער, מיאַמי־ביטש און פּאַלם־ביטש.

בײַ דער געלעגנהײט האָט מען אונדז אינטערוויויִרט אויף דער לאָקאַלער טעלעוויזיע וועגן דער ייִדישער שפּאַך, ייִדישקייט און יודאַיִזם. אַלץ איז אַוודאי דיסקוטירט געוואָרן אויף ענגליש. דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס מע פֿאַרבעט אונדז רעדן וועגן ייִדיש אויף טעלעוויזיע. אין 2016 האָט ראַבײַ מאַרק גאָלוב אונדז אינטערוויויִרט אויף זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם, „לחיים!‟, אויף דער ייִדישער סטאַנציע JBS.

אויף דער איציטיקער רעקאָרדיר־סעסיע האָט מען אינטעריוויוּרט עטלעכע מענטשן. דער ערשטער איז געווען דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע אין מיאַמי, דזשייקאָב סאַלאָמאָן. ער האָט געטענהט אַז מע מוז שטיצן ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט דעם יערלעכן צוזאַמענטרעף פֿון „קאַפֿע אייראָפּע‟ — די פֿאַרווײַלונג־טרעפֿונגען פֿאַר די געליטענע פֿון חורבן.

דער צווייטער אין ריי איז געווען ראַבײַ שלמה שיף, דירעקטאָר עמעריטוס פֿון „משכּן מיאַמי‟, אַן אָפּטייל פֿון דער פֿעדעראַציע וואָס באַזאָרגט עלטערע און קראַנקע לײַט מיט גײַסטיקער שטיצע. שיף איז אויך דער עקזעקוטיוו־וויצע־פּרעזידענט פֿון דער מיאַמי־אומגעגנט און פֿונעם חורבן־אָנדענק מוזיי אין מיאַמי ביטש. ראַבײַ שיף האָט ממש געזונגען שיר השירים פֿאַר ייִדיש, אַז איר וויכטיקייט און שיינקייט טאָר נישט פֿאַרנאַכלעסיגט ווערן. ער האָט אַפֿילו ציטירט איציק מאַנגערס פּאָעזיע און געזונגען ייִדישע לידער. איך בין ממש געווען אַנציקט.

דער לעצטער פֿילמירט צו ווערן איז געווען חיים שקד (שאַקעד), דער פֿאָרזיצער פֿונעם יודאַיִסטיק־אָפּטייל פֿון מיאַמי אוניווערסיטעט און פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִש דאָרט. פֿון צײַט צו צײַט פֿאַרבעט ער ייִדיש־קענער צו דערלאַנגען קורסן וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש. פֿאַראַיאָרן האָט ער אײַנגעריכט אַ קורס וועגן ייִדיש־טעאַטער, וווּ אַבֿרהמל האָט אַפֿילו אויפֿגעפֿירט סקיצן אויף ייִדיש מיט די סטודענטן.

חיים שקד האָט באַמערקט אַז ייִדישקייט אַנטהאַלט אין זיך מענטשלעכקייט. נישט געקוקט אויף דער סבֿרה אַז דער מענטש שטאַמט אָפּ פֿון ווילדע ברואים (און מיר קענען אַלע בײַשפּילן דערפֿון) איז ייִדישקייט פֿאָרט באַזירט אויף עטיק און מאָראַל.

צום סוף איז געקומען מײַן ריי, און איך האָב דערמאָנט די וויכטיקייט פֿון זײַן באַהאַוונט אין אונדזער ייִדישער קולטור, און אַז די ייִדישע שפּראַך האָט אונדז פֿאַרבונדן ווי אַ פֿאָלק און געשאַפֿן אַ בריק מיט אונדזער לאַנגיאָריקער געשיכטע, ליטעראַטור און ייִדישן טעאַטער וואָס עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג, סײַ „אָף בראָדוויי‟ ווו מע שפּילט „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף ייִדיש, סײַ אינעם „רעפּ־טעאַטער‟ וואָס האָט לעצטנס ווידער געשטעלט סעמיועל בעקעטס „וואַרטנדיק אויף גאָדאָו‟ און אַרטור מילערס „דער טויט פֿון אַ סיילסמען‟ אויף ייִדיש.

דער חבֿרהמאַן וועלכער האָט געשטעלט די פֿראַגעס האָט זיך געוואָנדן צו מיר מיט אַ בקשה, נעמלעך אַז ער האָט אַ צוועלף־יעריק טעכטערל און וויל זי זאָל קענען ייִדיש און די ייִדישע קולטור, איז ווי ספּראַוועט מען זיך דערמיט?

האָב איך געשמייכלט און געענטפֿערט: „דו ווייסט כאָטש ווער דו ביסט?‟

יענער האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ און איך האָב פֿאַרענדיקט: „לאָז דײַן קינד וויסן ווער דו ביסט, פֿון וואַנען דו שטאַמסט, ווער זײַנען געווען דײַנע טאַטע־מאַמע, דײַנע נאָענטע און ווײַטע קרובֿים, פֿון וואַנען האָבן זיי אָפּגעשטאַמט… ווען זײַנען זיי געקומען קיין אַמעריקע? און וועלכער שפּראַך האָבן זיי גערעדט? און וווּ האָבן זיי געוווינט? און פֿאַרוואָס זײַנען זיי אַוועק פֿון זייערע שטעט און שטעטלעך אין דער אַלטער היים? און וואָס זײַנען געווען זייערע ייִדישע נעמען? דערצייל איר וועגן דער ערשטער אימיגראַציע פֿון ייִדן קיין אַמעריקע, קוק אַליין אַרײַן אין דער ייִדישער געשיכטע, וועסטו באַרײַכערט ווערן, טו עס פֿאַר דײַן קינד. דאָס איז אַן אויפֿגאַבע פֿון טאַטע־מאַמע, ס׳איז ממש אַן עולה־רגל נישט נאָר קיין ירושלים נאָר צו דער ייִדישער ווירקלעכקייט.‟

דאָס דערמאָנט מיך אין אַן עפּיזאָד פֿון דער צײַט ווען מיר האָבן געוווינט אין ישׂראל. כ׳האָב געלערנט ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און דער קלאַס איז באַשטאַנען פֿון יונגע חבֿרה וואָס זענען ערשט געהאַט צוריקגעקומען פֿון דער מלחמה אין לבֿנון. זיי האָבן געוואָלט וויסן ווי קומט עס, ווען דער סערזשאַנט האָט זיי באַפֿוילן צו שיסן אַ חבֿרה 9־ און 10־יעריקע אַראַבישע יונגע לײַט, אויף וועלכע מען האָט דערזען געווער, האָבן די ייִדישע סאָלדאַטן גענומען זיך קווענקלען: „משה, דו שיס!‟ „ניין, יוסי, דו שיס!‟ „צבֿיקה, דו שיס!‟ און קיינער פֿון זיי האָבן נישט געקענט שיסן.

זיצן זיי בײַ מיר אין קלאַס און ווילן וויסן פֿאַרוואָס זיי האָבן נישט געקענט שיסן דעם שׂונאס קינדער. האָב איך זיי אויפֿגעקלערט: „איר פֿאַרשטייט, חבֿרה! מיר ייִדן זײַנען פֿון תּמיד אָן געווען אַ פֿרידלעך פֿאָלק, אָן אַן אייגענער מדינה, אָן אַ מיליטער, אָן וואָפֿן. 2,000 יאָר גלות האָט אין אונדז אַנטוויקלט מענטשלעכקייט, רחמנות, מיטלײַד. דעריבער, ווען מע האָט בײַ אײַך געפֿאָדערט צו שיסן קינדער, האָט זיך אין אײַך אָפּגערופֿן דער מענטשלעכער מאָמענט.‟

דער עיקר, ייִדיש איז געווען פֿאַר די סטודענטן אַ באַרויִקונג־מיטל. דער ייִדישער גלות האָט אין אונדז אַרײַנגעאָטעמט אַ רחמנות־געפֿיל און די פֿראַזע ואהבֿתּ לרעך כּמוך, דו זאָלסט ליב האָבן דײַן חבֿר ווי זיך אַליין, שפּילט אויס איר ראָלע אין אונדז.