שיקט אונדז אײַערע זכרונות פֿאַרבונדן מיטן פֿאָרווערטס!

Send Us Your Forverts Memories!

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 27, 2019.
Forward Archive

װען מע האָט געלאָזט וויסן, אַז נאָך 121 יאָר וועט דער פֿאָרווערטס אויפֿהערן אַרויסצוקומען ווי אַ געדרוקטע אויסגאַבע, האָבן מענטשן אָנגעהויבן צו שטעלן אויף פֿייסבוק און טוויטער זייערע אייגענע זכרונות פֿון דער צײַטונג.

טאַקע דערפֿאַר איז אונדז אײַנגעפֿאַלן, אַז עס וואָלט געווען שיין, ווען דער לעצטער נומער פֿון דער געדרוקטער צײַטונג נעמט אַרײַן אמתע מעשׂיות װאָס די לײענער שיקן אַרײַן.

אויב איר האָט װאָס צו דערצײלן, שרײַבט אָן אַ פּאַראַגראַף אָדער צװײ, אויף ייִדיש אָדער ענגליש, וואָס װײַזט אָן אײַער אָדער אײַער משפּחהס פֿאַרבינדונג מיט דער צײַטונג. מע קען, למשל, שילדערן ווער עס האָט בײַ אײַך געלייענט די צײַטונג, וועגן וואָסערע טעמעס זיי האָבן ליב געהאַט צו לייענען, אין וואָסער שטאָט און אין וואָסערע געגנטן מע איז אויפֿגעוואַקסן און אין וועלכע יאָרן מע האָט געלייענט דעם פֿאָרווערטס. אפֿשר האָט איר אָדער אײַערע נאָענטע זיך דערוווּסט וועגן אַ וויכטיקער ידיעה אויף די זײַטן פֿונעם פֿאָרווערטס אָדער אַמאָל אַנטדעקט קרובֿים אַ דאַנק אַן אַרטיקל? אָדער אפֿשר איז אײַערער אַ באַקאַנטער אַמאָל אינטערוויויִרט געוואָרן פֿאַר אַן אַרטיקל?

טאָמער ווילט איר, אַז מע זאָל אָפּדרוקן אײַערע זכרונות אינעם לעצטן געדרוקטן נומער פֿאָרווערטס, שיקט די באַשרײַבונג אויפֿן אַדרעס schaechter@forward.com, מיט דער טעמע־שורה: Forverts Memories.

אויב איר ווילט אַרײַנשטעלן אַ באַשטעלטע באַגריסונג אָפּצומערקן דעם היסטאָרישן מאָמענט, שיקט דעם טעקסט אויפֿן אַדרעס kutzik@forward.com.