וואַטיקאַן וועט אַנטפּלעקן געהיימען חורבן־אַרכיוו

Vatican to Release Secret Holocaust Archive

דער פּויפּסט פּיִוס
Wikimedia Commons
דער פּויפּסט פּיִוס

פֿון רות עלען־גרובער (ייִט׳׳אַ)

Published March 04, 2019.

דער אינהאַלט פֿונעם געהיימען וואַטיקאַנער אַרכיוו, וואָס אַנטהאַלט דאָקומענטן פֿאַרבונדן מיטן קאָנטראָווערסיאַלן פּויפּסט פּיִוס דעם 12טן, וועט קומענדיקס יאָר אַנטפּלעקט ווערן.

פּויפּסט פּיִוס האָט אַמטירט פֿונעם 2טן מאַרץ 1939 ביז זײַן טויט אין אָקטאָבער 1958. זײַנע באַשלוסן בשעתן חורבן זענען שוין לאַנגע יאָרן קריטיקירט געװאָרן, בפֿרט די טענה אַז ער האָט ניט גענוג געטאָן צו ראַטעװען די ייִדן. עד־היום זאָגט דער וואַטיקאַן אַז ער האָט געאַרבעט אויף אַ געהיימען אופֿן צו העלפֿן ייִדן.

שוין צענדליקער יאָרן װאָס היסטאָריקער בעטן, אַז דער וואַטיקאַן זאָל פֿאַרעפֿנטלעכן זײַנע געהיימע אַרכיוון, מע זאָל קענען געהעריק אויספֿאָרשן דעם ענין.

מאָנטיק האָט דער איצטיקער פּויפּסט פֿראַנציס געמאָלדן פֿאַרן פּערסאָנאַל פֿון די וואַטיקאַנער אַרכיוון, אַז מע װעט אַנטפּלעקן דעם אינהאַלט פֿונעם ביז־אַהער געהיימען אַרכיוו דעם 2טן מאַרץ 2020. „די קאַטוילישע קירך שרעקט זיך נישט פֿאַר דער געשיכטע,‟ האָט דער פּויפּסט פֿראַנציס געזאָגט.

דער וואַטיקאַן האָט לעצטנס איבערגעגעבן, אַז „קוואַליפֿיצירטע פֿאָרשער‟ וועלן קענען זען די דאָקומענטן במשך פֿון פּיִוס׳ גאַנצער קאַדענץ.

אין אַן אַרטיקל אין דער וואַטיקאַנס אָפֿיציעלער צײַטונג האָט דער בישאָף סערזשיאָ פּאַגאַנאָ, וואָס פֿירט אָן מיט די וואַטיקאַנער אַרכיוון געשריבן, אַז זײַנע קאָלעגעס אַרבעטן שוין זינט 2006, כּדי צוצוגרייטן די הונדערטער טויזנטער זײַטן. דערװײַל האָט מען שוין צוגעגרייט זוכצעטלעך, קאַטאַלאָגן און קאָמפּיוטער־באַשרײַבונגען, כּדי פֿאָרשער זאָלן קענען גרינגער דורכבלעטערן די ריזיקע צאָל דאָקומענטן.

יד־ושם האָט באַדאַנקט דעם וואַטיקאַן פֿאַרן באַשלוס, וואָס „וועט דערמעגלעכן אַן אָביעקטיווע און עפֿנטלעכע פֿאָרשונג און אַ פֿולשטענדיקע דיסקוסיע איבער די אַלע ענינים פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס די קאַטוילישע קירך בכלל, און דער וואַטיקאַן בפֿרט, האָבן געטאָן בשעתן חורבן.‟

דער אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמיטעט בעט שוין 30 יאָר לאַנג, אַז דער וואַטיקאַן זאָל פֿאַרעפֿנטלעכן דעם אינהאַלט פֿונעם אַרכיוו. ראַבײַ דייוויד ראָזען, דער אָרגאַניזאַציעס דירעקטאָר פֿאַר צווישן־רעליגיעזע באַציִונגען, האָט איבערגעגעבן, אַז „פּויפּסט פֿראַנציס׳ באַשלוס צו מאַכן די דאָזיקע מאַטעריאַלן צוטריטלעך פֿאַר פֿאָרשער פֿון אַרום דער וועלט איז זייער וויכטיק פֿאַר די באַציִונגען צווישן ייִדן און קאַטאָליקן.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.