קאָנצערט אין ניו־יאָרק: דזשודעזמע־ און ייִדישע לידער אין איינעם

Concert in NYC: Ladino and Yiddish Together

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 07, 2019.
אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל און שׂרה אַראָעסטע
אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל און שׂרה אַראָעסטע

כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד דער מוזיקאַלישער ירושה פֿון די אימיגראַנטישע גרופּעס, וואָס האָבן צוגעטראָגן צו דער אַמעריקאַנער קולטור, אָרגאַניזירט „קאַרנעגי־האָל‟ אַ סעריע קאָנצערטן פֿון פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע טראַדיציעס. אַחוץ די ריזיקע קאָנצערטן פֿון אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, אירלענדישער און ייִדישער מוזיק אין „קאַרנעגי־האָל‟ גופֿא, אָרדנט מען אויך אײַן אַ ריי קלענערע קאָנצערטן אין פֿאַרשידענע לאָקאַלן איבער דער לענג און ברייט פֿון שטאָט ניו־יאָרק.

ווי אַ טייל פֿון דער סעריע קאָנצערטן געווידמעט דער מוזיקאַלישער ירושה פֿון די ייִדן וועט פֿאָרקומען אַן אוניקאַלע פּראָגראַם, וואָס בינדט צונויף די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די אַשכּנזים און ספֿרדים. שׂרה אַראָעסטע, וואָס איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די איינציקע יונגע מחברים פֿון נײַע לידער אויף דזשודעזמע, וועט אויפֿטרעטן אין איינעם מיט אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל, אַ קלאַסיש־אויסגעשולטער אָפּערע־זינגער, וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין דער ייִדישער מוזיק נאָכן הערן די לידער פֿון סידאָר בעלאַרסקי. עס וועלן זיי באַגלייטן דער פּיאַניסט דימיטרי גאַסקין און דער גיטאַריסט ראָב סאַנזאָנע. 

אַראָעסטע און ראָסל האָבן לכתּחילה געשאַפֿן די פּראָגראַם „גלות־לידער‟ אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, וווּ זיי זענען אויפֿטעטראָטן צוזאַמען ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדסטאָק‟. זייער קאָנצערט אין ניו־יאָרק וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 28סטן מאַרץ, 7:30 אין אָוונט, בײַם ייִדישן קהילה־צענטער אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟. 

נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי צו באַשטעלן בילעטן, באַזוכט די וועבזײַט פֿונעם קהילה־צענטער.        



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.