זכרונות פֿון אַ סגי־נהור (אַן אמתע מעשׂה)

Memoirs of a Blind Man (A True Story)

פֿון יחיאל שיינטוך

Published March 08, 2019.
דער אינסטרומענט וואָס העלפֿט מיר שרײַבן וויפֿל איך וויל, ממש ווי איך וואָלט געקענט זען
Marks Writing Guide
דער אינסטרומענט וואָס העלפֿט מיר שרײַבן וויפֿל איך וויל, ממש ווי איך וואָלט געקענט זען

פֿון אַלע פֿינף חושים, איז דער חוש־הראיה אפֿשר דער וויכטיקסטער פֿאַר דעם וואָס דערפֿילט די וועלט מחוץ זיך אַליין - דורך די אויגן. דער וואָס פֿאַרלירט זײַן חוש־הראיה פּלוצקעדערינען, קען מיינען אַז זײַן וועלט האָט געקראַכט. די פֿראַגע איז, ווי אַזוי פֿאַרלירט אַ מענטש זײַן ראיה, צי מיט אַ מאָל, אָדער צו ביסלעך, אָדער צי ווערט ער געבאָרן און זעט גאָרנישט פֿון אָנהייב אָן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז נישט זען באַשווערט דאָס לעבן נישט נאָר פֿאַר דעם וואָס זעט נישט, נאָר אויך דאָס לעבן פֿון זײַנע אַרומיקע. איך האָב באַשלאָסן צו דערציילן די זכרונות פֿון אַ נישט־זעעוודיקן, טאָמער וועט אַזאַ מעשׂה אפֿשר העלפֿן אַנדערע. נו, זיכער איז יעדע ביאָגראַפֿיע אוניקאַל און מע קען נישט לערנען פֿון איין פֿאַל לגבי אַן אַנדערן, אָבער איך וויל גלייבן אַז אייניקע אַלגעמיינע שטריכן האָבן בשותּפֿות אַלע די וואָס זעען נישט.

דאָ ווערט גערעדט וועגן פֿאַרלירן די ראיה צו ביסלעך. די געשיכטע פֿון דער מעשׂה איז אַזוי: ווען איך בין געווען 6 יאָר אַלט, בין איך געגאַנגען אין ערשטן קלאַס, און מע האָט מיך אַוועקגעזעצט אין דער לעצטער שורה פֿון קלאַס. קיין ברילן האָב איך נישט געטראָגן ווײַל קיינער האָט נישט געקלערט אַז איך האָב עפּעס אַ פּראָבלעם מיט דער ראיה.

זיץ איך אַזוי אין דער לעצטער שורה, און די לערערקע פֿון אַרגענטינער אָנפֿאַנגשול שרײַבט אויפֿן טאָוול: dia, כּדי אָנגעבן די דאַטע. dia - דאָס הייסט: טאָג. יענעם טאָג האָט די לערערקע באַמערקט אַז איך האָב געשריבן: via - האָט זי מיר גלײַך איבערגעזעצט אויף דער ערשטער שורה און געהייסן מײַן מאַמע מיר זאָלן גיין צו אַן אָקוליסט.

האָט די מאַמע מיך גענומען צו אַן אָקוליסט און צוריקגעקומען מיט אַ פּאָר ברילן אָדער שפּאַקולן, אויף שפּאַניש: lentes. פֿון דאָרטן קומט מײַן צונאָמען ווי אַ פֿוטבאָליסט: lentejita, ווײַל די „גאָלן‟ פֿלעג איך אַרײַנהאַקן טראָגנדיק די ברילן, מיטן קאָפּ. אין ישׂראלדיקן פֿוסבאָל, הייסט עס: ראַסיאַ – נגיחה בעזרת הראש, אַרײַנהאַקן אַ גאָל מיטן קאָפּ.

פֿון קינדווײַז אָן, בין איך געווען קורצזיכטיק, אָבער די צוקונפֿט האָט אויסגעזען ראָזעוואַטע, ווײַל מײַן פֿעטער יוסף און מײַן מומע עטל, און איר פֿאָטער פֿון ווילנע, וואָס געהייסן האָבן זיי פֿאָנדענברידער, און די מומע עטלס פֿעטער און איר שוועסטערקינד, זײַנען אַלע געווען אָפּטאָמעטריסטן און יעדער איינער פֿון זיי האָט אָנגעפֿירט מיט אַ ברילן־געשעפֿט. האָט מײַן מומע עטל פֿון ווילנע מיר געטרייסט, זאָגנדיק אַז ווען איך וועל ווערן אַרום 40 יאָר אַלט, וועט דער ראיה־מוסקול זיך אָפּשוואַכן און די גראַדואַציע פֿון מײַנע שפּאַקולן וועט קלענער ווערן. דערווײַל, ווי אַ יונגערמאַן האָב איך געהאַט אין די שפּאַקולן אַ גראַדואַציע פֿון 15 דיאָפּטריעס, כּדי די גלעזער פֿון די ברילן זאָלן נישט זײַן צו גראָב, ווײַל דעפֿאַקטאָ וואָלט איך באַדאַרף האָבן אַ גראַדואַציע פֿון אַזוינע 26 דיאָפּטריעס. האָט מען מיר געמאַכט אַ הנחה און איך האָב געקענט לעבן נאָרמאַל מיט די 15 דיאָפּטריעס, מיט ברילן אַנשטאָט אַ שפּאַקטיוו.

בעת דער לוויה פֿון דעם צווייטן פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל, יצחק בן־צבי, בין איך געשטאַנען אויפֿן ראָג פֿון די גאַסן קינג דזשאָרדזש און בן יהודה אין ירושלים, און דער אָרון מיט דער גאַנצער פּראָצעסיע פֿאָרט דורך. איך שטיי דאָרט מיט מײַן צוקונפֿטיקן שוואָגער, מײַן חבֿר, און ער ווײַזט מיטן פֿינגער סקאָסנע הונדערט מעטער פֿון אונדז און זאָגט: „דאָרט שטייט מײַן שוועסטער וואָס איז איצט עולה געווען, דו זעסט איר?‟ פֿאַר מיר מיט אַלע 15 דיאָפּטריעס איז הונדערט מעטער צו פֿיל געווען. האָב איך אים געענפֿערט: „יאָ, זיכער!‟ אַזוי איז געשען מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט מײַן צוקונפֿטיקער פֿרוי, בעת דער לוויה פֿון אונדזער פּרעזידענט.

די מענטשלעכע נאַטור וויל אַנטלויפֿן פֿון נישט אָנגענעמע זאַכן. במשך די יאָרן האָבן מיר אויגן־דאָקטוירים געעצהט אָנטייל נעמען אין מעדיצינישע פֿאָרשפּראָיעקטן וואָס האָבן צו טאָן מיט קורצזיכטיקייט, און איך האָב זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק.

זיבן יאָר האָב איך זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק. אַפֿילו ווען פֿון מאָל צו מאָל זײַנען געווען אַלאַרם־סיגנאַלן וואָס וואָלטן באַדאַרפֿט שלאָגן טרעוואָגע אָבער איך האָב װײַטער זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק. למשל ווען פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק איז געפֿאָרן מיט אונדז, לערער און סטודענטן פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, קיין פּוילן אין יאָר 1984, ווען מיר זײַנען געקומען קיין וואַרשע וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, און שפּאַצירט אויף די גאַסן, פֿלעגט ער בעטן בײַ מיר איך זאָל צולויפֿן צום ראָג גאַס - ער פֿלעגט אויסרופֿן וואָס איז דער נאָמען פֿון דער קומענדיקער גאַס, און איך האָב באַדאַרפֿט באַשטעטיקן. פֿלעג איך צולויפֿן, אויפֿהייבן דעם קאָפּ, כאַפּן אַ קוק אויפֿן גאַסנשילד, און מיט כּמה־צרות געקענט זען וואָס עס שטייט געשריבן אין דער הייך… פֿלעג איך זיך אַוועקשטעלן אויף די שפּיץ פֿינגער ווי דאָס וואָלט געהאָלפֿן…

און אַנדערע סימנים זײַנען געווען. האַרבערע. אָבער איך האָב זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק.

בעת איך פֿלעג אַרויפֿגיין אויף די טרעפּ אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים, אין דער ריכטונג פֿון די לייענזאַלן, פֿלעג איך נישט קענען אידענטיפֿיצירן די פּנימער פֿון די וואָס נידערן אַראָפּ אויף די זעלבע טרעפּ ווײַל דאָס ליכט פֿון די גרויסע פֿענצטער אַנטקעגן מיר מיט די מאָלערײַען פֿונעם קינסטלער מרדכי אַרדאָן האָט מיר פֿאַרבלענדט. וואָלט איך געווען אַן אויגן־דאָקטער - וואָלט איך מן־הסתּם געהאַט אַ חשד אַז עס וואַקסט בײַ מיר אַ קאַטאַראַקט. בין איך אָבער געווען נישט קיין אויגן־דאָקטער, נאָר אַ דאָצענט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור.

שטיי איך מיר אַזוי אין קלאַס, רעפֿעריר וועגן אַ ייִדישן שרײַבער, און האָב הנאה צו ציטירן דאָ און דאָרט פֿון זײַנער אַ שאַפֿונג - אַ פּאָר שורות. קוק איך אַרײַן אין אַ בוך און וויל ציטירן… געשעט צו מאָל, אַז אין אַן אויגנבליק - געציילטע סעקונדעס, זע איך נישט וואָס עס שטייט געשריבן. אָבער איפּסאָ פֿאַקטאָ פֿאַרשווינדט די שטערונג און איך ציטיר און גיי ווײַטער מיט דער לעקציע.

נאָך אַ פּאָר סימנים פֿון וועלכע איך האָב זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק: ווען איך פֿלעג צוגרייטן פֿאַר זיך אַ קופֿליק מיט טיי (דעמאָלט האָב איך נאָך געטרונקען טיי מיט צוויי לעפֿעלעך צוקער), איז ווען איך פֿלעג נעמען אַ לעפֿעלע צוקער און וועלן אַרײַנשיטן אין דעם טיי, פֿלעג איך צו מאָל אויסשיטן דעם צוקער מחוץ דעם קופֿליק. און נישט אין קופֿליק. אָדער, ווען איך פֿלעג פֿאָרן קיין ניו־יאָרק אין יולי־אויגוסט און פּרוּוון פֿאָרן מיטן סאַבוויי, אַראָפּנידערן אין די טיפֿענישן פֿון דער סאַבוויי־סטאַנציע אין מיטן זומער - די היץ איז גרויס און איך שטיי אויפֿן וואָקזאַל און שוויץ, וואַרט אויפֿן סאַבוויי, און די ברילן רוקן זיך אַראָפּ אויף מײַן נאָז… קומט די באַן, און איך קען נישט דערזען וואָס פֿאַר אַ באַן דאָס איז. נאָך מער, אַנומלט דאַרף איך פֿאָרן פֿון פּען־סטיישן אין ניו־יאָרק צו מײַנעם אַ חבֿר אין קאַנאַדע. קום איך מיט אַ וואַליזע, נעם דעם סאַבוויי און פֿאָר אַוועק אין אַ פֿאַרקערטער ריכטונג און דערווײַטער זיך פֿון דער פּען־סטיישן. ווען איך כאַפּ זיך, פֿאַרשטיי איך אַז די צײַט שטייט נישט און די באַן קיין קאַנאַדע וועט אויף מיר נישט וואַרטן. גיי איך גיך אַראָפּ פֿון דער באַן און לויף אַריבער אַנטקעגן כּדי צו נעמען די באַן אין דער ריכטיקער ריכטונג, און איך קום אין פּען־סטיישן פֿינף מינוט איידער די באַן קיין קאַנאַדע רירט זיך. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס איך בין געקומען אין פּען־סטיישן און איך האָב נישט געוווּסט וווּ קויפֿט מען אַ בילעט און פֿון וואַנען די באַן קיין קאַנאַדע פֿאָרט אַוועק. און די צײַט שטייט נישט און די מינוטן לויפֿן און אויך איך לויף זוכן די קאַסע און קויף סוף־סוף אַ בילעט, פֿרעג וווּ איז דער וואָקזאַל פֿון באַן קיין קאַנאַדע, און לויף אַראָפּ אויף טרעפּ, און ווי איך קום צום ריכטיקן וואָקזאַל, זע איך אַז די באַן קיין קאַנאַדע רירט זיך. לויף איך נאָך איר אויפֿן וואָקזאַל און איך זע אַז דער לעצטער וואַגאָן וואָס דעפֿילירט פֿאַר מײַנע אויגן און הייבט זיך אָן דערווײַטערן, אַז אָט דער וואַגאָן איז אַן אָפֿענער וואַגאָן, גיב איך אַ וואָרף די וואַליזע אויפֿן פֿאָרנדיקן וואַגאָן און איך שפּרינג אַרויף אויף אים נאָך דער וואַליזע. דאָס אַלץ איז געשען מן־הסתּם ווײַל איך האָב נישט דערזען וואָס עס שטייט געשריבן אויפֿן שילד פֿון דער באַן אין סאַבוויי.

עס זײַנען געווען נאָך דראָענדיקע סימנים, און איך האָב זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק. מאָדערנע צײַטן זײַנען אָנגעקומען צוזאַמען מיט צוויי קינדער, און די משפּחה איז גרעסער געוואָרן. האָב איך באַשלאָסן נאָך אין ירושלים אַז איך דאַרף זיך לערנען פֿירן אַן אויטאָ. די ערשטע לעקציע אין ירושלים איז געווען קאַטאַסטראָפֿאַל. איך זיץ בײַם רודער, דער לערער זיצט לעבן מיר, און ער הייסט מיר פֿאָרן. קוק איך פֿאַרכּישופֿט אויפֿן רודער, גיב גאַז און דער לערער הייסט מיר זיך ווענדן לינקס. אין אונדזערע קינדעריאָרן פֿלעגט יעדע רעדל זײַן אַ רודער און יעדער בענטל - אַן אויטאָ, און… ראַן ראַן ראַן - מע פֿאָרט. זיץ איך אַזוי פֿאַרן רודער און דריי אים לינקס… ראַן ראַן ראַן… און דער לערער בײַם מײַן זײַט שטעלט אָפּ דעם אויטאָ מיט אַ מאָל און בייזערט זיך אויף מיר: „וואָס טוט זיך מיט אײַך, איר זעט נישט אַ פֿרוי מיט אַ קינד פֿאַרן אויטאָ?‟ אין אַ קורצער צײַט שפּעטער בין איך געפֿאָרן אויף שמיטה־יאָר („סאַבאַטיקל‟ בלע״ז) קיין ניו־יאָרק, און באַשלאָסן זיך לערנען דאָרט ווי צו פֿירן אַן אויטאָ.

מײַן ניו־יאָרקער לערער איז געווען אַן איטאַליענער וואָס האָט ליב געהאַט דאַבל־עספּרעסאָ, פֿלעגן מיר אַרומפֿאָרן איבער גאַנץ ניו־יאָרק, סײַ אויף אַ שאָסיי און סײַ אין שמאָלע געסלעך, 10, 20 לעקציעס… און יעדן מאָל פֿלעגן מיר זיך אָפּשטעלן טרינקען אַ קאַווע. האָב איך געמיינט אַז איך בין שוין אַן אויסגעשולטער אויטאָמאָביליסט. איז געקומען די צײַט צו מאַכן דעם עקזאַמען. אייגנטלעך בין איך דורכגעפֿאַלן צוויי מאָל. ווי אַזוי?

ניו־יאָרק ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ ביז גאָר שווער אָרט זיך צו לערנען װי צו פֿירן אַן אויטאָ. דאָס ערשטע מאָל, בײַם עקזאַמען האָט דער עקזאַמינאַטאָר באַמערקט אַז איך דערזע נישט באַצײַטנס די נעמען פֿון די גאַסן און די טראַפֿיק־סימנים. בעת דעם צווייטן עקזאַמען האָט אַן אַנדער עקזאַמינאַטאָר מיר געהייסן פּאַרקירן – דאָס הייסט, שטעל אָפּ דעם אויטאָ לויט אַלע כּללים בײַם ראַנד פֿון טראָטואַר, און איך האָב זיך פּאַרקירט. האָב איך אָנגעהויבן די מאַנעוורעס, און פֿאָרנדיק פּאַמעלעך אויף צוריק, האָט דער עקזאַמינאַטאָר פּלוצקעדערינען אָפּגעשטעלט דעם אויטאָ און זיך געבייזערט אויף מיר: „וואָס איז מיט אײַך, איר זעט נישט דעם בוים וואָס שטייט הינטער אײַך?!‟

יענע נאַכט, נאָך אַ צווייפֿאַכיקן דורכפֿאַל, האָט זיך מיר געחלומט אַ חלום: איך בין אינטערנירט אין אַ שפּיטאָל אין ניו־יאָרק, און פֿון צײַט צו צײַט שפּיל איך פֿוסבאָל מיט די דאָקטוירים. זיי האָבן פֿאַרשטענדלעך צוויי פֿיס, אָבער איך האָב זעקס: צוויי נאָרמאַלע און פֿיר ראַכיטישע פֿיס וואָס דערגרייכן נישט צו דער פּאָדלאָגע און באָמבלען זיך אין דער לופֿטן.

במשך פֿון די יאָרן האָב איך זיך געטרייסט מיטן פֿאַקט, אַז פּראָפֿעסאָר ישעיהו לייבאָוויטש איז דורכגעפֿאַלן זיבן מאָל לערנענדיק װי צו שאָפֿירן אַן אויטאָ. דעם זיבעטן מאָל האָט דער עקזאַמינאַטאָר אים געזאָגט: „פּראָפֿעסאָר לייבאָוויטש, עס איז אײַך פֿאַרבאָטן צו פֿירן אַן אויטאָ, זאָל אײַער אויטאָ פֿירן אײַער ווײַב‟. וכך הװה: מײַן ווײַב שאָפֿירט דעם אויטאָ, און איך פֿיר אָן מיט די ריכטונגען. איך פֿרעג בײַ מײַן פּלוניתטע וווּ איז די זון, און דאַן דערקלער איך איר לויט דער שעה אין טאָג, וווּ איז דער צפֿון, וווּ איז דער מערבֿ, און אַזוי ווײַטער, און מיר פֿאָרן.

די געשיכטע פֿון מײַן נישט־זען הייבט זיך אָן ווירקלעך אין יאָר 1984, ווען לערער און תּלמידים פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט זײַנען צוריקגעקומען פֿון אַ לימודים־רײַזע קיין פּוילן. ווי מיר זײַנען אַראָפּ פֿון אַעראָפּלאַן אין פֿליפּאָרט אין ישׂראל, בין איך געווען אַזוי צופֿרידן צו זען ווי מײַן פֿרוי און מײַנע קינדער וואַרטן אויף מיר, אַז איך האָב נישט באַמערקט אַ שטיינערנעם ברוק, און בין געפֿאַלן ווי אַ שרײַפֿל אויף דער ערד. אַ מאָנאַט שפּעטער בין איך געפֿאָרן פֿון ירושלים קיין תּל־אָבֿיבֿ צו באַקומען אַ פּריז פֿון דער הסתּדרות צוזאַמען מיט „בית לוחמי הגטאות‟ [דאָס הויז פֿון די געטאָ־קעמפֿער], פֿאַר מײַן בוך „ייִדישע געטאָ־כּתבֿים (1940-1943) פֿון יצחק קאַצענעלסאָן, זײַנע כּתבֿים אין וואַרשעווער געטאָ‟. פֿאָרנדיק אַהין און צוריק האָב איך געפֿילט ווי אַ מין האַלבער פֿאָרהאַנג פֿאַרשטעלט מײַן לינקן אויג. מע האָט מיר געהייסן גלײַך גיין אין שפּיטאָל, און עס האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז איך האָב אַן אָפּגעלאָנטשעט נעצהײַטל (detached retina). אַ גאַנצן יאָר נאָך דער אָפּעראַציע האָט מען געוואַרט צו זען די רעזולטאַטן… די אָפּעראַציע האָט נישט געהאָלפֿן. און איך האָב אָנגעהויבן פֿאַרלירן די ראיה.

דער פּסיכאָלאָגישער שאָק בײַ אַ מענטש וואָס איז געווען זעעוודיק, און מיט אַ מאָל דאַרף ער זיך ספּראַווען נישט־זעענדיק, אַזאַ שאָק שטעלט אײַך אַוועק פֿאַר אַ ברירה: פּרוּוון אָנגיין ווײַטער מיטן נאָרמאַלן לעבן אויף וויפֿל דאָס איז מעגלעך, אָדער זיך אונטערגעבן. האָב איך באַשלאָסן ווײַטער לערנען מיט מײַנע תּלמידים אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט, ווײַטער שרײַבן און דרוקן ביכער און אַרטיקלען, און ווײַטער לייענען און פֿאַרשרײַבן מײַנע נאָטיצן.

די פֿראַגע איז נאָר געווען, ווי טוט מען עס אַז מע זעט נישט? למשל, ווי קומט מען אַליין אין קלאַס צו לערנען מיט די תּלמידים אויפֿן הר הצופֿים? עס איז באַוווּסט אַז אַפֿילו זעעוודיקע גייען פֿאַרלוירן אויפֿן הר הצופֿים. מען דערציילט פֿון כּעס־וועגן, אַז מע דאַרף פֿאַרשליסן דעם אַרכיטעקט וואָס האָט אויפֿגעבויט דעם אוניווערסיטעט אויפֿן הר הצופֿים, אים נישט לאָזן אַנטלויפֿן פֿון דאָרטן, און זאָל ער אַ גאַנצן טאָג זוכן דעם קלאָזעט. איין מאָל בין איך אַהינגעקומען מיט אַ טאַקסי צו מײַן ביוראָ. נאָך דעם ווי איך האָב אים געוויזן ווי אַזוי צו דערגיין צו די טרעפּ צו מײַן ביוראָ און אים באַצאָלט, האָט דער טאַקסיסט זיך געבעטן בײַ מיר: „ווי גיי איך אַרויס פֿון דאַנען?!‟.

מיט דער צײַט האָב איך זיך אויסגעלערנט צו זען מיט די שפּיץ פֿינגער, און זיך געלערנט צו דערפֿילן מיט די אָפּזאַצן פֿון מײַנע שיך וווּ איך בין. אַחוץ דעם איז מיר געוואָרן קלאָר אַז דער גאַנצער גוף מײַנער וואָס באַוועגט זיך (אַזוי ווי אין אַ טאַנץ) האָט אַ געפֿיל פֿאַר אַ דיסטאַנץ, און אויב בײַם אָנהייב האָב איך געציילט די טרעפּ אויף וועלכע איך גיי אַרויף אָדער גיי אַראָפּ, איז מיט דער צײַט נישט געווען נייטיק צו ציילן, נאָר דער גוף רירנדיק זיך אין רוים האָט געפֿילט וווּ ער איז.

די קאָמבינאַציע פֿון זען מיט די שפּיץ פֿינגער, דערפֿילן דעם גרונד אונטער די שיך, און זיך טראַנספּאָרטירן לינקס אָדער רעכטס צום טאַקט פֿון אַ ריטעם אין באַוועגונג, זײַנען געוואָרן פֿאַר מיר די פּאַראַמעטער פֿון מײַן אָריענטיר־פֿעיִקייט. דער תּנאַי איז געבליבן אַז דאָס אַלץ טו איך אין די ראַמען פֿון אַ באַשטימטן שטענדיקן מאַרשרוט וואָס איך לערן זיך אויס מיט דער צײַט.

איינע פֿון די גרעסטע פּראָבלעמען וואָס איך האָב געמוזט לייזן, איז געווען זיך אויסצולערנען שרײַבן אויף פּאַפּיר, אָן אַרויפֿגיין אויף דעם געשריבענעם. ווען אַ מענטש שרײַבט מיט דער האַנט און זעט נישט וואָס ער שרײַבט, קען ער טאַקע שרײַבן וויפֿל ער וויל - בריוו, אַרטיקלען, גאַנצע ביכער — אָבער ווי טוט ער ווען ער ענדיקט שרײַבן אַ שורה, און וויל אַריבערגיין שרײַבן אויף אַ קומענדיקער שורה? ער זעט דאָך נישט!

פֿון אָנהייב אָן האָב איך געפֿונען אַ לייזונג. בײַ דער אָרגאַניזאַציע אין ישׂראל וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די באַדערפֿענישן פֿון בלינדע לײַט האָב איך געקויפֿט אַ פּשוטן אינסטרומענט, געניאַל אויפֿגעבויט, וואָס העלפֿט מיר ביז הײַנט שרײַבן וויפֿל איך וויל - ווי איך וואָלט געקענט זען. וויל איך אים דאָ באַשרײַבן, טאָמער וועט עמעצער וועלן זיך שאַפֿן אַ רעפּליקע, ווײַל אויף וויפֿל איך ווייס קען מען אַזאַ אינסטרומענט הײַנט נישט קריגן אין ישׂראל און אויך נישט אין אייראָפּע.

הײַנט שרײַבט מען אויף אַ קאָמפּיוטער, און איך האָב זיך אויסגעלערנט אויך שרײַבן אויפֿן קאָמפּיוטער, אָבער שרײַבן מיט דער האַנט איז פֿאַר מיר גיכער, פּשוטער, און מער צום האַרצן.

ליגט פֿאַר מיר אויפֿן טיש אָט דער אינסטרומענט, און בעת איך וויל אים באַשרײַבן (נאָך 30 יאָר וואָס איך ניץ אים) כאַפּ איך זיך ערשט איצט אַז דער אינסטרומענט האָט אַ נאָמען, און איז נישט פּראָדוצירט געוואָרן אין ישׂראל, נאָר אין אַמעריקע, און הייסן הייסט ער: Marks Writing Guide, און איך כאַפּ זיך אַז ערגעץ אויף דער הינטערשטער זײַט פֿון אינסטרומענט שטייט געשריבן: Marks Writing Guide
Patent no 2530437
Manufactured by
Sewell M.P. Corp
Woodside NY
11377

דער אינסטרומענט איז געבויט אַזוי: די באַזע זײַנע איז אַ ברעט, אַ ביסל לענגער ווי ברייטער, געמאַכט פֿון (ווי עס זעט אויס) באַקעליט, אין אַ פֿאָרמאַט פֿון A4. אויף אָט דעם ברעט לײגט מען אַרויף ווײַסע זײַטן פּאַפּיר אָן שורות. דאָס איז אָבער פֿאַר אַ בלינדן מענטשן נישט גענוג. דערפֿאַר האָט דער דערפֿינדער פֿון דעם אינסטרומענט צוגעגעבן צו אָט דעם ברעט פֿיר עלעמענטן: א) אַ קליאַמרע בראָש פֿון דעם ברעט, וואָס פֿאַרנעמט כּמעט די גאַנצע ברייט, און האַלט די בויגנס פּאַפּיר פֿעסט זיי זאָלן זיך נישט רירן; ב) אַן אײַזערנער רונדער אַקס פֿיקסירט צו דער לינקער זײַט פֿון ברעט - אין דער לענג. דער אַקס האָט אין זײַן רונדער אינערלעכער זײַט אַכצן קליינע אײַנשניטן; ג) אַן אײַזערנע שורה, וואָס פֿאָרט אויפֿן מעטאַלענעם אַקס און פֿאַרהאַלט זיך בײַ יעדן אײַנשניט, כּדי דער שרײַבער וואָס זעט נישט זאָל אַרײַנשרײַבן זײַנע שרײַבעכצן אין דער מעטאַלענער שורה וואָס רירט זיך פֿון מאָל צו מאָל אויפֿן פּאַפּיר; ד) אויף דער אײַזערנער שורה פֿאָרט אין דער ברייט אַ קליינער פּאַראַלעלאָגראַם, אַזוי אַז װען דער וואָס שרײַבט אין דער שורה וויל זיך אָפּשטעלן אין מיטן פֿון דער שורה, קען ער אַ רוק טאָן דעם באַוועגלעכן פּאַראַלעלאָגראַם און אים אַוועקשטעלן וווּ ער וויל אין דער שורה, ווי אַ סימן אַז ביז דאָרט האָט ער געשריבן. די ווײַסע זײַטן פּאַפּיר בלײַבן פֿאַרקלאַמערט מיט דער קליאַמרע און רירן זיך נישט. די איינציקע זאַך וואָס רירט זיך אויפֿן ברעט איז די אײַזערנע שורה אין וועלכער דער שרײַבער שרײַבט.

אָט אַזוי גיב איך זיך אַן עצה מיט מײַן פֿאַרלוירענער ראיה. די זכרונות גייען ווײַטער, און מע קען דערציילן ווי עס לעבט זיך נאָר מיט פֿיר חושים. מע קען צוגעבן אויך אַ זעקסטן חוש (אינטויִציע), און אַ זיבעטן חוש, דער חוש פֿאַר הומאָר, וואָס העלפֿט אויך.