נײַער „וועקער‟ — פֿאָטאָס פֿון פֿרויען אין דער חסידישער פּרעסע

New Issue of "Veker": Photos of Women in the Hasidic Press

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 08, 2019.
Der Veker

ניט געקוקט אויף זײַנע פּראָבלעמען מיט דער ריזיקער פֿירמע „אַמאַזאָן‟ איז לעצטנס אַרויס פֿון דרוק דער מאַרץ־אַפּריל נומער פֿונעם „וועקער‟, דער אומאָפּהענגיקער חסידישער זשורנאַל, וואָס מאַכט אַ שטיקל רעוואָלוציע אין דער פֿרומער פּרעסע.

כאָטש דער „װעקער‟ עקזיסטירט שוין אַ פּאָר יאָר, דערקענט מען ערשט אינעם איצטיקן נומער, אַז ער ווערט אַ געזעלשאַפֿטלעכער פֿענאָמען אויף צוויי פֿראָנטן. קודם זעט מען צום ערשטן מאָל רעקלאַמעס פֿון הויפּטשטראָמיקע חסידישע געשעפֿטן ־ אַ סימן, אַז די חסידישע פֿירמעס האָבן איצט ווייניקער מורא צו ווערן אַסאָציִיִרט מיט דער פּובליקאַציע װע פֿריִער.

דערצו, זעט מען, אויך צום ערשטן מאָל, אַ רעקלאַמע פֿון אַ ייִדישיסטישער אָרגאַניזאַציע, מעלדנדיק װעגן אינטערנעץ־קורסן בײַם „אַרבעטער־רינג‟, און רעקלאַמעס פֿאַר ביכער אַרויסגעגעבן פֿון ייִדישיסטן װי, למשל, די קינדערביכלעך פֿונעם אַמעריקאַנער מחבר ד׳׳ר סוס, איבערגעזעצט פֿון שלום בערגער.

אין די אַרטיקלען פֿונעם נומער גופֿא זעט מען דעם סינטעז פֿון אַ פֿרומען וועלטבאַנעם און אַן אָפֿענעם צוגאַנג צו געשיכטע, וויסנשאַפֿט און אַנדערע אינטעלעקטועלע געביטן, װאָס דורך דעם שיידט זיך דער „װעקער‟ אונטער פֿון אַנדערע חסידישע אויסגאַבעס. אין אַן אינטערעסאַנטן פֿאָטאָ־עסיי פֿון אַן ערך 60 זײַטן ווײַזט „ראובֿן‟, דער רעדאַקטאָר פֿונעם „וועקער‟, ווי אַזוי די פֿאָטאָגראַפֿיעס אין דער אַמאָליקער חסידישער פּרעסע, סײַ אין דער אַלטער היים סײַ אין אַמעריקע, האָבן אַרײַנגענומען בילדער פֿון פֿרויען. באַקאַנטע חרדישע צײַטונגען ווי „דאָס וואָרט‟ (פּוילן), „ייִדישע צײַטונג‟ (מונקאַטש/זיבנבערג) און „דער יוד‟ (פּוילן), צײַטונגען אָנגעפֿירט פֿון חשובֿע רבנים, האָבן אַלע געדרוקט בילדער פֿון פֿרויען. (דרך־אַגבֿ: די איצטיקע ניו־יאָרקער חסידישע צײַטשריפֿטן „די צײַטונג‟ און „דער איד‟ האָט מען אַ נאָמען געגעבן נאָך אָט די צײַטונגען). „ראובֿן‟ רעדט אַרום די סיבות פֿאַר וואָס מע דרוקט ניט הײַנט קיין בילדער פֿון פֿרויען און וואָס ער באַצייכנט ווי „די עוואָלוציע פֿון דער בילדער־צענזור קעגן בנות־ישׂראל‟.

אַן אַנדער פֿאָטאָ־עסיי קוקט אַרײַן אין די אַרכיוון פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, כּדי צו זען די היפּוכדיקע אופֿנים ווי אַזוי מע האָט באַשריבן די חסידישע קהילה אין אַמעריקע. אין אַ פֿאָרװערטס־אַרטיקל פֿון 1949 איז למשל דערשינען אַ פּאָזיטיווער פּראָפֿיל פֿון דער באָבעװער ישיבֿה, מחמת מע האָט דאָרטן געלערנט סײַ תּורה סײַ זייגערמאַכערײַ. ווייניק פּאָזיטיוו זענען געווען אַ ריי אַרטיקלען וועגן די אינערלעכע מחלוקתן צווישן די סאַטמאַרער און בעלזער חסידים און צווישן פֿאַרשידענע רבנים בנוגע זייער באַציִונג צו מדינת־ישׂראל.

וועגן מער הײַנטיקע פּראָבלעמען געפֿינט מען אַן עסיי פֿונעם באַרימטן חסידישן בלאָגער קטלא קניא וועגן דעם מאַסן־שיסערײַ אין דער פּיטסבורגער שיל, אַן אַרטיקל פֿון ח. י. רובין וועגן לבֿ־טהור און די ווידערקלאַנגען פֿון זייערע לעגאַלע פּראָבלעמען אין ברוקלין, און אַ רעצענזיע פֿון אַ בוך וועגן הלכה פֿון שלום בערגער.

כּדי צו באַשטעלן דעם נײַעם נומער פֿונעם „וועקער‟, באַזוכט: https://www.amazon.com/dp/1934730963.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.