נײַע אויפֿפֿירונג בײַ אסתּרס קאַבאַרעט: „ווילדע חיות‟

New Installment of Esther's Cabaret: "Wild Animals"

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 11, 2019.
Beit Shalom Aleichem

במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט די סעריע „אסתּרס קאַבאַרעט‟ אין „בית שלום־עליכם‟ אין תּל־אָבֿיבֿ אַרײַנגעבראַכט אַ נײַעם גײַסט אינעם ישׂראלדיקן ייִדישן טעאַטער.

די פֿאָרשטעלונגען, וואָס ווערן רעזשיסירט און פּראָדוצירט דורך אסתּי ניסים, נעמען אַרײַן קליינקונסט, דראַמאַטישע סצענעס און לידער און ווערן אויפֿגעפֿירט אויף ייִדיש מיט העברעיִשע אונטערקעפּלעך. זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ געמיש פֿון קלאַסישע טעקסטן און נײַע שאַפֿונגען, אָנגעשריבן פֿון יעד בירן. יעדע אויפֿפֿירונג האָט אַ הויפּטטעמע, ווי למשל, שדים, אַלט־ייִדיש, די שטאָט אַדעס אָדער דער יום־טובֿ פּורים. די לידער און סקיצעס זענען פֿאַרשידנאַרטיק, און נעמען אַרײַן פּאַראָדיעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, קלאַסישע ייִדישע לידער פֿונעם אַמאָליקן „איסט־סײַד און אָריגינעלע פֿאַנטאַסטישע פֿאָרשטעלונגען מיט פּאָליטישע אָפּקלאַנגען.

לעצטנס האָט מען געלאָזט וויסן, אַז די טעמע פֿונעם קומענדיקן „אסתּרס קאַבאַרעט‟ וועט זײַן „ווילדע חיות‟, דאָס הייסט, סצענעס פֿאַרבונדן מיט די בעלי־חיים און די קאָרמען־געוועבן צווישן זיי (ווער ס׳עסט וועמען און ווער ס׳ווערט אויפֿגעגעגעסן). די דאָזיקע סצענעס און לידער וועלן דינען, אין אַ מעטאַפֿאָרישן זין, ווי קאָמענטאַרן וועגן די אָפֿט מאָל שווערע באַציִונגען צווישן מענטשן.

עס וועלן אָנטייל נעמען די אַקטיאָרן יובֿל אורן, רון זילבערשטיין, רות לעווין, אסתּי ניסים, יוסי רחמני און וויקי שיפֿריס; דער פּיאַניסט און מוזיקאַלישער פֿאַרוואַלטער — אורן סלע; די טשעלאָ־שפּילערין — אַבֿיגיל אַרד, און דער שפּילער פֿון בלאָז־אינסטרומענטן — עופֿר פּלד.

די שפּיל וועט פאָרגעשטעלט ווערן צוויי מאָל: דאָנערשטיק, דעם 4טן אַפּריל, 8 אַ זייגער אין אָוונט בײַם „בית שלום־עליכם‟ און פֿרײַטיק, דעם 12טן אַפּריל, 1 אַ זייגער נאָכמיטאָג אינעם טעאַטער „תמונע‟.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי צו באַשטעלן בילעטן, שרײַבט: estherscabaret@gmail.com.