אסתּרס קאַבאַרעט – אַ מאָדערנער נוסח פֿונעם פּורים־שפּיל

Esther's Cabaret – A Modern-Day Version of the Purim Shpil

פֿון בני מער

Published March 13, 2019.
אסתּי נסים
Beit Shalom Aleichem
אסתּי נסים

„אסתּרס קאַבאַרעט‟ איז כּדאי צו דערמאָנען איצט, לכּבֿוד פּורים, מכּמה וכּמה טעמים. קודם־כּל צוליב זײַן נאָמען; צווייטנס, צוליב זײַן אינהאַלט, וואָס איז אַ מין מאָדערנע פּורים־שפּיל; און דריטנס – צוליב דעם נס וואָס ס’איז שוין צום צווייטן יאָר װאָס אַזאַ וויכטיקע געשעעניש קומט פֿאָר אין אונדזער ייִדיש־וועלט.

אָנגעהויבן האָט זיך דער קאַבאַרעט אויף אַן אימפּראָוויזירטן אָרט אין בית שלום עליכם, באַגלייט מיט דעליקאַטעסן און בראָנפֿן כּיד המלך. אָבער מיט דער צײַט איז ער אַריבער אין גרויסן זאַל, און אַ חוץ דעם שפּילט מען דעם קאַבאַרעט אויך אין „תמונע‟־טעאַטער, אַן אָנגעזעענע פֿרינדזש־בינע פֿון עקספּערימענטאַלן טעאַטער אין תּל־אבֿיבֿ. דער קאַבאַרעט איז אַ לעבעדיקער זיווג פֿון דראַמע און מוזיק, וווּ ד”ר אסתּי נסים איז די הויפּט־שפּילערין און רעזשיסאָרין, און יעד בירן ־ דער הויפּט שרײַבער פֿון די טעקסטן. אין פֿולן ברען פֿון די רעפּעטיציעס לכּבֿוד דעם נײַנטן קאַבאַרעט האָב איך זיי – אסתּר און איר מרדכי – געבעטן זיך אַוועקגעזעסן אויף אַ שמועס.

קודם־כּל, װילט זיך פֿרעגן וועגן די אינספּיראַציעס פֿון אסתּרס קאַבאַרעט. צי קאָן מען טאַקע זאָגן אַז איר זײַט אַ המשך פֿונעם פּורים־שפּיל?

אסתּי: אָן שום ספֿק ־ ממש ווי אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט זיך אינספּירירט פֿון פֿאַרשיידענע פֿאָלקלאָרישע טראַדיציעס, פֿון אַ לעבעדיקן שפּיל און אימפּראָוויזאַציעס. די פּורים־שפּילן האָבן געשריבן תּלמידי־חכמים און ישיבֿה־בחורים, און אַ סך פֿון די טעקסטן זײַנען סובטילע פּאַראָדיעס. דערנאָך, ווען דאָס פֿאָלק האָט עס געשפּילט, האָבן די טעקסטן באַקומען אַ מער פּאָפּולער פּנים. איך זע עס אין אונדזער קאַבאַרעט, ווײַל יעד בירן שרײַבט סאָפֿיסטיצירטע טעקסטן, וואָס אַנטהאַלטן כּל־מיני ליטעראַרישע מקורים, ייִדישע צווישן אַנדערע. למשל, אין דעם קומענדיקן קאַבאַרעט, וואָס וועט זײַן געווידמעט חיות, נעמען מיר דאָס ליד „דאָנאַ דאָנאַ‟ און גייען ביזן סוף: עס ווערט אַ סצענע וועגן אַ קאַלב וואָס פּראָבירט זיך לערנען צו פֿליִען אין אַ רעאַליטי־שאָו, ממש פֿאַר זײַן שחיטה.

יעד בירן
Courtesy of Yaad Biran
יעד בירן

יעד: איך שרײַב דאָס וואָס הילכט אָפּ בײַ מיר אין קאָפּ, און ווײַל די ייִדישע קולטור פֿאַרנעמט דאָרטן אַ היפּשן טייל, קומט עס צום אויסדרוק אין דעם וואָס איך שרײַב פֿאַר דעם קאַבאַרעט. למשל, ווען איך האָב געשריבן וועגן אַחשוורוש ווי ער האָט „מענספּליינד‟ אסתּר איז עס אַ מין מדרש צו מגילת־אסתּר, אַוווּ דער הויפּט־פּאַסקודניאַק איז אַחשוורוש און נישט המן. פּורים ענדיקט זיך דאָך מיט אַ שחיטה, און אין די ווערטער וואָס איך האָב אַרײַנגעשטעלט אסתּרן אין מויל, באַשולדיקט זי אחשוורוש אין דעם, דערפֿאַר וואָס ער איז נישט פֿעיִק אָנצופֿירן זײַן אימפּעריע.

פֿאַר וואָס דווקא אַ קאַבאַרעט? צי האָט עס אַ שייכות צו די אַמאָליקע אייראָפּעיִשע קאַבאַרעטן?

אסתּי: עס גיט אונדז אַ מעגלעכקייט צונויפֿשטעלן פֿאַרשיידענע חלקים, מישן זיך צוזאַמען כּל־מיני זשאַנערס, הויכע און נידעריקע, דראַמע, לידער און טענץ, און צווישן אַלע – אַ וויגליד, כּדי דער פּובליקום זאָל קענען צעקײַען דעם מאַטעריאַל. דאָס אַלץ באַהעפֿט זיך אַרום איין טעמע, וואָס ענדערט זיך יעדעס מאָל.

יעד: דער קאַבאַרעט דערלויבט מיך צו שאַפֿן ייִדישע קולטור אין קליינע ביסן. איך האָב נישט קיין צײַט צו שרײַבן אַ פּיעסע; פֿון דער אַנדערער זײַט גלויב איך דער עולם קאָן אַזעלכע קורצע טעקסטן בעסער אַבסאָרבירן. אין דעם איז דאָ נאָך אַ מעלה: קורצע טעקסטן זײַנען מער פּאַסיק פֿאַר יוטוב.

אסתּי: איך מיין אַז דער קאַבאַרעט, צוליב זײַן טעמפּעראַמענט, פּאַסט בעסער פֿאַר ייִדיש און פֿאַר איר גורל. און בפֿרט אַזאַ מין קאַבאַרעט, וואָס קומט פֿאָר נאָר צוויי מאָל: אין בית שלום עליכם און אין „תמונע‟־טעאַטער. אַלץ איז צײַטווייליק, און מע טראַכט נישט וועגן אַן אייביקייט. מיר האָרעווען טעג און נעכט נאָר כּדי אויפֿצושטעלן איין אָוונט. די פּרעמיערע איז אויך דער סוף. עס קאָן זײַן אַ ביסל דעפּרימירנדיק, ווײַל ס’איז אַ מין „אַבאָרט‟. אָבער ווען עס ענדיקט זיך איין קאַבאַרעט הייבן זיך שוין אָן די צוגרײטונגען אויף אַ נײַעם.

יעד: און איך זאָג: הלוואי וואָלט מען דעם קאַבאַרעט געשפּילט צען מאָל.

אסתּי: דער רעזשיסאָר פּיטער ברוק האָט געזאָגט – און איך, ווי אַ לאַנגיעריקע פֿרינדזש־שפּילערין בין גאָר מסכּים – אַז אַ פּיעסע הייבט אָן פֿאַרדאָרבט ווערן באַלד נאָך איר ערשטן מאָל.

איר ביידע שאַפֿט אויף עבֿרית (אסתּי, ווי אַ רעזשיסאָרין און שפּילערין, און יעד – דורך זײַן בוך אין פּראָזע, „לאַכן מיט די יאַשטשערקעס‟, װאָס איז אַרויס מיט אַ יאָר צוריק). מה־נשתּנה שאַפֿן אויף העברעיִש און שרײַבן אויף ייִּדיש פֿאַרן קאַבאַרעט?

אסתּי: מיר איז שווערער, אָבער ס’איז כּדאי, ווײַל ייִדיש גיט מיר טיפֿקייטן, און דערצו ווערט אַלץ עקספּערימענטאַלער. אויף עבֿרית וואָלט איך נישט געקאָנט שטעלן אַזאַ מין קאַבאַרעט.

יעד: יעדע קולטור האָט איר כאַראַקטער. למשל, אינעם קומענדיקן קאַבאַרעט איז דאָ אַ מאָנאָלאָג פֿון בלק, דער באַרימטער רעדעוודיקער הונט פֿון ש”י עגנונס ראָמאַן „תמול שלשום‟. ווען איך וואָלט געשריבן עס אויף עבֿרית, וואָלט ער גערעדט מסתּמא אין עגנונס שפּראַך, אָבער ווען דער הונט רעדט ייִדיש, הילכן אָפּ גאָר אַנדערע שטימען.

אסתּי: מיר אינטערעסירט זייער די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדיש און עבֿרית. צוזאַמען ווערט עס אַ האָלאָגראַמע. מיר האָבן אַן עולם וואָס קען נישט קיין ייִדיש, און צוליב זיי זעצן מיר איבער (ד”ה, דניאלה מאוער די איבערזעצערין) די טעקסטן אויף עבֿרית. איך אַרבעט אויך, בכּיוון, מיט שפּילערס וואָס קענען נישט קיין ייִדיש, ווײַל איך האָב בדעה צו שאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן ייִדיש, אַן ישׂראלדיקע – שטעלן אַ בריק צווישן די שפּראַכן, צווישן דעם אַמאָל און די יונגע צושויערס. דאָס אַלץ פֿאָדערט אַ סך שעפֿערישקייט. ס’איז אַ מין טראַמפּאָלינע: מען האָט נישט קיין צײַט פֿאַר איבונגען; מע דאַרף גלײַך אָנהײבן שפּרינגען.

דער קאַבאַרעט האָט זיך אָנגעהויבן מיט באַקאַנטע ייִדישע מאַטעריאַלן – מאָנאָלאָגן, לידער, פּיעסעס – און איצט באַקומט עס אַ שפּאָגל־נײַ פּנים פֿון אַן אָרגינעלער שאַפֿונג.

יעד: איך האָב געפֿילט, ממש פֿון סאַמע אָנהייב, אַז עפּעס אַ נײַע פֿרישע זאַך קומט דאָ פֿאַר. איך ווייס נישט גענוי פֿאַר וואָס: אפֿשר צוליב דעם וואָס די מענטשן זײַנען געזעסן אינעם אַרײַנגאַנג פֿון בית שלום עליכם, אויף די טרעפּ, געטרונקען ווײַן – מען האָט געפֿילט אַן אַנדערע ענערגיע. אַזוי האָב איך באַקומען דעם אַפּעטיט צו שרײַבן טעקסטן, און דעם אַפּעטיט ווערט אַלץ גרעסער מיטן עסן.

אסתּי: יעד ווערט אויך אַלץ דרייסטער. איך ווייס נישט צי מיר האָבן געקאָנט, אין סאַמע אָנהייב, שטעלן אַזאַ מין סצענע ווי יצחקס עקדה. אָבער דער פּובליקום האָט ליב שווערע אַרויסרופֿן – בפֿרט אין „תמונע‟־טעאַטער, ווײַל דאָרטן קומען זיך צונויף ליבהאָבערס פֿון טעאַטער, וואָס האָבן נישט צו טאָן דווקא מיט ייִדיש. דערצו, אפֿשר פּאַסט עס אויך בעסער פֿאַר אַ קאַבאַרעט: די בינע שטייט נישט ווײַט און אין דער הויך, און די שפּילערס זײַנען אין מיטן דעם עולם.

יעד: מיר ווילן טאַקע אַז דער קאַבאַרעט זאָל דערגרייכן נישט נאָר אַ ייִדישן עולם, סײַדן אַן עולם וואָס אינטערערסירט זיך בכלל אין קולטור. אַוודאי, ס’איז גאָר נישט פּשוט, ווײַל עס זײַנען פֿאַראַן דאָ אין ישׂראל אַזוי פֿיל סטערעאָטיפּן וועגן ייִדיש.

אסתּי: איך מיין אַז הײַנט זײַנען זיי ווייניקער ווי אַמאָל. ס’איז געוואָרן אַ מין עת־רצון. מיר האָבן איצט אין ישׂראל פֿאַרשיידענע טעאַטראַלע און מוזיקאַלישע פּראָיעקטן אויף ייִדיש. איך טרעט אויף פֿאַר שילערס, קינדער, מיט שלום עליכמס מעשׂיות, למשל – און זיי ווערן ממש באַגײַסטערט. איך וואָלט עס נישט געקאָנט טאָן מיט צוואַנציק יאָר צוריק, ווען איך האָב אָנגעהויבן שפּילן פֿאַר קינדער. עס האָט נישט צו טאָן נאָר מיט ייִדיש און העברעיִש. ווען ס’איז גוט, און מיר שפּילן עס מיט חשק, װעלן מענטשן קומען.

צי האָט איר בדעה צו ריידן אינעם קאַבאַרעט וועגן ישׂראלדיקע אַקטואַליע, און אַפֿילו וועגן פּאָליטיק?

יעד: אָנווינקען – ריידן וועגן פּאָליטיק אין אירע ברייטערע באַטײַטן. ביבי און שׂרה נתניהו אינטערעסירן מיך נישט אַזוי שטאַרק ווי די לאַגע פֿונעם מיטלקלאַס, למשל. איך וויל נישט אַז מע זאָל אימיטירן פּאָליטיקערס, סײַדן ריידן וועגן אידעעס און טענדענצן. אינעם פֿריִערדיקן קאַבאַרעט האָבן מיר, למשל, געהאַט אַ סצענע וועגן גאָלדע מאיר און די ישׂראלדיקע „שוואַרצע פּאַנטערס‟. כאָטש עס האַנדלט זיך וועגן געשעענישן פֿון די זיבעציקער יאָרן, איז נאָך אַלץ אַקטועל דער קאַמף פֿון די מזרחים אין ישׂראל. אין דעם שפּיגלען זיך אויך די באַציִונגען צווישן ייִדיש און ספֿרדים. אין אַן אַנדערן קאַבאַרעט, וועגן שדים, האָבן מיר געשטעלט אַ באַגעגעניש צווישן אַ ייִדישן שד און אַן אַראַבישן דזשיני, וואָס קריגן זיך און מאַכן שלום צום סוף. פֿאַרשטייט זיך, איז עס פּאָליטיק, אָבער נישט סתּם אַ לאָזונג. עס רעדט זיך וועגן דעם וואָס מיר, ייִדן און אַראַבער, האָבן אייגנטלעך אַ בשותּפֿותדיקן פֿאָלקלאָר, און דאָס איז אַן אָרט וווּ די צוויי פֿעלקער קאָנען זיך באַגעגענען.

אסתּי: מיר האָבן טאַקע געהאַט, צווישן אַנדערע, אַראַבישע זינגערס און שפּילערס, און ס’איז זייער וויכטיק אויך פֿאַר זיי. איינער האָט מיר געשריבן אַז ווען נאָר מע װעט אים פֿאַרבעטן, קומט ער נאָך אַ מאָל.

ווי אַזוי אַרבעט איר אויס אַ טעמע עס זאָל ווערן אַ קאַבאַרעט?

יעד: „ווילדע חיות‟, די טעמע פֿונעם קומענדיקן קאַבאַרעט, האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ווילדע חיות: עס רעדט זיך דווקא וועגן קעץ, הינט, שעפּסן אאַז”וו. איך וויל נישט ריידן דירעקט וועגן חיות, נאָר איך באַנוץ די טעמע כּדי צו ריידן וועגן ברייטערע ענינים. למשל, די קליאַטשע פֿון מענדעלע ווערט בײַ אונדז אַ משל פֿון ייִדיש און גלות, און אַ ווילדער סאַברע רײַט אויף איר אָן רחמנות. מיר זעצן איבער אַזעלכע טעקסטן אויף טעאַטראַלע סצענעס.

וואָס זײַנען די גרענעצן צווישן אײַערע ראָלעס?

אסתּי: יעד שרײַבט די טעקסטן, אָבער איך בעט: מעק דאָס אויס, גיב דאָס צו, דאָ דאַרף מען אַ ליד. בכלל, פֿיל איך אַז מע האָט מיר געגעבן אַן עראָפּלאַן, וואָס מיר קאָנען מיט אים אַזש פֿליִען.

יעד: איך בין צופֿרידן אַז מײַנער אַ טעקסט ווערט געבוירן פֿונדאָסניי אין אסתּיס הענט, ווען זי אַרבעט עס אויס מיט די שפּילערס.

דער קאַבאַרעט עקזיסטירט שוין קנאַפּע צוויי יאָר. וואָס וועט זײַן ווײַטער?

יעד: מיר לערנען זיך כּסדר, און פּרוּוו פֿאַרשטיין וואָס טראַכט דער עולם און ווי אַזוי קאָן מען ציִען זײַן אויפֿמערקזאַם.

אסתּי: איך חלום וועגן אַ קליינעם אַנסאַמבל פֿון זעקס שפּילערס, וואָס קאָנען אויך זינגען און טאַנצן – ווי דער שטייגער איז אין ייִדישן טעאַטער. דער קומענדיקער קאַבאַרעט וועט שוין זײַן דער נײַנטער – די זאַכן אַנטוויקלען זיך און עס ווערט אַלץ מער דראַמאַטיש. אין אונדזער צווייטן יאָר זענען מיר אַריבער אינעם גרויסן זאַל, און מיט דעם איז דער קאַבאַרעט געוואָרן מער פֿאָרמעל: דאָס האָט אונדז געצוווּנגען צו רעקרוטיקן דעקאָראַטאָרן, סײַ פֿאַר דער בינע און סײַ פֿאַר די קאָסטיומען. מיר דאַרפֿן האָבן פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקאַנטן, וואָס קאָנען שפּיל די קאָמפּליצירטע מוזיק פֿון אורן סלע, דעם מוזיקאַלישן דיריגענט. אַ דאַנק בית שלום עליכם, און זײַן פֿאַרוואַלטער אַבֿרהם נאָווערשטערן, האָבן מיר אַ היים, וווּ דער קאַבאַרעט קאָן זיך אַנטוויקלען. אין אָנהייב האָבן מיר געהאַַט דעם אינטימען חן פֿון לערערס און תּלמידים וואָס שפּילן צוזאַמען, אָבער איצט ווערט עס טאַקע אַ נײַע בריאה.