שאַ, זאָגט ניט אויס אַז די פּורים־שפּיל האָט אַ פֿרוי אָנגעשריבן!

Don't Tell, But The Author of This Purim Shpil Is a Woman!

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 15, 2019.
ציפּ וואַלעצקי און די מחברטע, 1960ער יאָרן
Avi Hoffman
ציפּ וואַלעצקי און די מחברטע, 1960ער יאָרן

בײַם סוף פֿון די זעכציקער יאָרן, ווען פֿרויען האָבן געדינט דעם מענערישן מין ווי ס’געהערט צו זײַן, געווען אַרײַנגעטאָן אין קינדלען, וואַשן ווינדלען, קאָכן, רוימען און שפּילן די ראָלע פֿון אַן אשת־חייל מי ימצא, דעמאָלט איז נאָך דער מאַן געווען מלך, די קינדערלעך פֿריילעך, די פֿרוי איז געווען צום צערטלען און וואָס ווייניקער ווערטלען, אָט אָ דעם אײַנשטעל האָט דער מענערישער מין אײַנגעשטעלט נאָך זינט אָדם הראשונס צײַטן, אָבער אַזוי איז עס צוגעגאַנגען נאָך אין מײַן צײַט.

מיר זײַנען געווען פֿיר פֿרויען וואָס האָבן באַשלאָסן אויף אייגענער האַנט צו שאַפֿן און אַרויסצוגעבן לערן־מאַטעריאַל פֿאַר די ייִדישע שולן אין אַמעריקע וואָס איז דעמאָלט באַשטאַנען פֿונעם אַרבעטער־רינג (סאָציאַליסטן־בונדיסטן) מיט יאָסל מלאָטעקן בראש פֿון דער ייִדישער דערציונג־אָפּטיילונג; שאול גוטמאַן — דער ראש־מדינה פֿונעם שלום־עליכם אינסטיטוט (מער גענייגט צו טראַדיציע); דער „פֿאַרבאַנד‟ (ציוניסטיש געשטימט) מיט א. רובינשטיין אין שפּיץ און די „אָרדן־שולן‟ (קאָמוניסטן) אָנגעפֿירט פֿון איטשע גאָלדבערג.

יודל מאַרק איז געװען דער דירעקטאָר פֿון ייִדישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, און אַרויסגעגעבן דעם „ייִדישן פּעדאַגאָגישן זשורנאַל‟ וווּ לערער פֿלעגן אַרײַנשיקן די פּלענער פֿון זייערע לעקציעס.

די פֿיר ייִדישע לערן־אַנשטאַלטן האָבן געהאַט הונדערטער ייִדישע תּלמידים אין זײערע נאָכמיטיק־שולן איבער גאַנץ ניו־יאָרק. יעדער האָט אָבער געמאַכט שבת פֿאַר זיך: צוגעגרייט דעם אייגענעם לערן־מאַטעריאַל און קיין מאָל נישט געאַרבעט צוזאַמען.

מיר האָבן געהאָפֿט אַז די ביכעלעך װאָס מיר שאַפֿן װעלן די שולן פֿון אַלע פֿיר אינצטיטוציעס קענען ניצן און דערפֿאַר האָבן מיר זיך באַמיט אַז די ביכעלעך זאָלן שפּילעוודיק באַשײַנען די ייִדישע ימים־טובֿים חנוכּה, פּורים פּסח. איינס האָט מען אויך געווידמעט „די קינדער פֿון טערעזין‟, מיט זייערע לידער און צײַכענונגען אין צײַט פֿון חורבן.

איך בין געווען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך פֿאַרן אָנשרײַבן דעם טעקסט פֿון די ביכלעך. ציפּ וואַלעצקי, די וווּנדערלעכע קינסטלערין, האָט צוגעשטעלט די צײכענונגען; מלכּה גאָטליב האָט געשאַפֿן די מוזיק צו די לידער און געלע פֿישמאַן האָט געזאָלט פֿאַרשפּרייטן די ביכעלעך.

איין מאָל זיצן מיר אַזוי אַלע פֿיר אין דער קאַפֿעטעריע פֿונעם „אַטראַן הויז‟, װאָס איז אַ מאָל געװען אַ װיכטיקער אַדרעס פֿון דער ייִדישער קולטור אויף דער 78סטער גאַס און מעדיסאָן עוועניו אין מאַנהעטן. אַ שארית־הפּליטה פּאָרפֿאָלק האָט דעמאָלט געפֿירט די קיך. אין דער קאַפֿעטעריע האָט זיך אָפֿט פֿאַרזאַמלט די גאַנצע סמעטענע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט.

זיצן מיר אַזוי זאַלבעפֿיר און זוכן אַ נאָמען פֿאַר אונדזער פֿאַרלאַג.

זאָג איך: „לאָמיר זיך רופֿן ‘פּאַפּירענע בריקן’. נאָך אַלעמען איז פֿאַראַן אַ לעגענדע וואָס דערציילט אַז ווען משיח וועט קומען וועט ער אונדז אַלע ייִדעלעך פֿירן אין הייליקן לאַנד אויף דער פּאַפּירענער בריק, ווײַל מיר זײַנען פֿאָרט אַן עם־הספֿר, און ס’רעשט פֿון דער מענטשהײט וועט לויפֿן אויף אַן אײַזערנער בריק און אַרײַנפֿאַלן אין וואַסער.‟

די חבֿרה ווײַבער האָבן אָבער באַלד אָפּגעוואָרפֿן מײַן אײַנפֿאַל: „ס’טויג נישט…‟ מיר זײַנען אָבער נישט געווען אַזוי באַהאַוונט מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר. אויפֿן דערבײַיִקן טישל איז געזעסן דער באַרימטער ייִדישער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין. האָבן זיך די ווײַבער געוואָנדן צו אים, ער זאָל אונדז צושטעלן אַ נאָמען, האָט ער אויסגעזויגן פֿון פֿינגער: „אויפֿגאַנג!‟

„זאָל זײַן „אויפֿגאַנג!‟ האָב איך צוגעבאָמקעט.

אַ טייל פֿון דער הילע פֿונעם קינדערביכל, „פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ‟
Rukhl Schaechter
אַ טייל פֿון דער הילע פֿונעם קינדערביכל, „פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ‟

האָבן מיר צוגעגרייט עטלעכע ביכעלעך. צווישן זיי: אַ לײַכטע מוזיקאַלישע פּורים־שפּיל פֿאַר קינדער מיטן נאָמען „פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ‟. איך האָב געשריבן דעם טעקסט און מלכּה — די מוזיק. אָבער ווען עס איז געקומען די צײַט צו באַשליסן, וועמעס נאָמען צו שטעלן װי דער מחבר פֿון ביכעלע, האָט מען זיך גענומען אַמפּערן.

„דײַן נאָמען קען נישט שטײן דאָרט װײַל די מענער פֿון די אַלע ייִדישע דערציונג־אַרגאָניזאַציעס וועלן עס אָפּוואַרפֿן,‟ האָבן געלע, ציפּ און מלכּה געזאָגט. „מע מוז צוטראַכטן אַ מענערישן נאָמען.‟

האָב איך באַשלאָסן זיך צו רופֿן „גבֿריאל טאָליעס‟. גבֿריאל איז לויטן ייִדישן פֿאָלקלאָר געווען אַ מלאך און מײַן מאַמע האָט געהייסן טאָליע, און אַזוי שטײט טאַקע אינעם ביכעלע.

זענען מיר געקומען אין „קולטור־קאָנגרעס‟, זיך אַוועקגעזעצט אַנטקעגן די אַלע מענערישע פּנימער, צווישן זיי — דער לערער חיים בעז, יאָסל מלאָטעק, שאול גוטמאַן און יודל מאַרק. די מענער האָבן געוואָלט וויסן ווער איז דער גבֿריאל טאָליעס, זיי האָבן קיין מאָל נישט געהערט פֿון אים, האָט מען זיי אײַנגערעדט אַ קינד אין בויך און דערציילט אַ באָבע מעשה אַז ער איז געשטאָרבן יונג, ברוך דיין אמת און דעריבער האָבן זיי צוגעשטימט און אַזוי נאָך האָט דאָס ביכעלע דערזען די ליכטיקע שײַנס.

דער שער־בלאַט וווּ עס שטייט דעם נאָמען פֿון אַ פֿיקטיוון מאַן, גבֿריאל טאָליעס, אַנשטאָט פֿון דער אמתער מחברטע, מרים האָפֿמאַן
Rukhl Schaechter
דער שער־בלאַט וווּ עס שטייט דעם נאָמען פֿון אַ פֿיקטיוון מאַן, גבֿריאל טאָליעס, אַנשטאָט פֿון דער אמתער מחברטע, מרים האָפֿמאַן

איצט הערט אַ שיינס.

מיר וווינען אין ישראל, איך לערן קינדער ייִדיש אין דער ייִדישער שול אין תל־אביב, און דערזע דעם ייִדישן ראַדיאָ־אַנאָנסירער אַבראַהאַם בן אַבראַהאַם ווײַנאַפּל, און אונטערן אָרעם שלעפּט ער זיך אַרום מיט מײַן פּורים ביכעלע. פֿרעג איך אים:

„וואָס גייסטו טאָן מיטן פּורים־ביכעלע?”

זאָגט ער מיר:

„איך גיי עס לייענען אויף דער ייִדישער ראַדיאָ סטאַנציע.”

„און ווער האָט געשריבן דאָס ביכעלע?” וויל איך וויסן, ענטפֿערט ער מיר:

„מײַן חבר גבריאל טאָליעס!” פֿרעג איך אים:

„ווער איז ער?” מאַכט ער:

„גבריאל טאָליעס איז געווען מײַן גוטער פֿרײַנט אין רוסלאַנד, אין צײַט פֿון דער מלחמה האָט ער זיך אויסבאַהאַלטן אויפֿן פּיעקעליק, ווו זײַן רוסישע פֿרוי האָט אים צוגעפּילנעוועט, דאָרט פֿלעגט ער שרײַבן זײַנע קינדער מעשהלעך.” זאָג איך אים:

„דער גבריאל טאָליעס, האָט נאָך קינדער־ביכעלעך?” זאָגט ער:

„יאָ! אָבער איך האָב בלויז מיטגענומען מיט זיך דאָס פּורים ביכעלע.”

איך האָב דעם ייִדן נישט געוואָלט וויי טאָן און געשוויגן. דער עיקר, דאָס פּורים־ביכעלע האָט מצליח געווען אפֿילו אין ישראל וווּ איך האָב געשטעלט „פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ” מיט די קינדער פֿון דער איינציקער ייִדישער שול אין ישראל. און לאָמיר געדענקען אַז מיר האָבן נאָר איין פּורים און אַזוי פֿיל המנס.