מרדכי הצדיקס חלום

Mordechai's Dream

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 18, 2019.
מרדכי און אסתּר פֿון אַערט דע געלדער
מרדכי און אסתּר פֿון אַערט דע געלדער

  הײַיאָר פֿאַלט פּורים צונויף מיטן איראַנישן נײַ־יאָר, נאָוורוז. אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן צוליב דעם צוגעגרייט בשותּפֿותדיקע פּערסיש־ייִדישע אונטערנעמונגען.

דער אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿון דער ספֿרדישער קולטור־ירושה אין וואַשינגטאָן, למשל, פֿירט הײַיאָר דורך אַ קאָנצערט לכּבֿוד פּורים און נאָוורוז, באַגלייט מיט אַ לעקציע פֿונעם שרײַבער און זשורנאַליסט אַריאל צבר, דער מחבר פֿון אַ בוך וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אינעם איראַקישן קורדיסטאַן, פֿון וואַנען עס האָט געשטאַמט זײַן טאַטע.

הגם פֿאַר אַן אַמעריקאַנער ייִד קאָן עס קלינגען ווי אַן אומגעוויינטלעכע עקלעקטישע קאָמבינאַציע, איז אַזאַ זיווג פֿאַר ייִדן אין איראַן גאַנץ נאַטירלעך. יעדעס יאָר פּראַווען די אָרטיקע ייִדן די דאָזיקע חגא צוזאַמען מיט די אַנדערע תּושבֿים פֿונעם לאַנד. אין פֿאַרגלײַך מיט די איסלאַמישע חגאות וואָס האָבן ספּעציפֿישע דאַטעס, איז דאָס אַן אַלגעמיינער נאַציאָנאַלער פֿריילעכער יום־טובֿ, דער אָנהייב פֿונעם פֿרילינג. די איראַנער גיבן צדקה און מתּנות איינער דעם צווייטן, מאַכן גרויסע סעודות און טוען זיך אָן אין טשיקאַווע קאָסטיומען. צוליב אַ גאַנצער ריי ענלעכקייטן, זענען אַ טייל היסטאָריקער זיך משער, אַז פּורים איז היסטאָריש פֿאַרבונדן מיטן פּערסישן נײַ־יאָר.

די חז״ל גיבן איבער, אַז די מגילת־אסתּר איז דער לעצטער ספֿר, װאָס די אַנשי־כּנסת־הגדולה האָבן רעדאַגירט און אײַנגעשלאָסן אינעם תּנ״ך אָבער דער בולטער פּערסישער און כּמו־וועלטלעכער טעם האָט בײַ זײ זיכער אַרויסגערופֿן אַ חשד.

צווישן די מגילות־ים־המלח האָט מען נישט געפֿונען קיין פֿראַגמענטן פֿון מגילת־אסתּר, הגם אינעם דאָזיקן אוראַלטן ספֿרים־אוצר טרעפֿן זיך קלאָרע ציטאַטן פֿון איר. מסתּמא האָט די קורמאַנער חבֿרה אָנערקענט די מגילה ווי אַ חשובֿן דאָקומענט, אָבער נישט געלייענט עס בפֿרהסיא און לאַוו־דווקא געפּראַוועט פּורים בכלל.

אַפֿילו שפּעטער האָבן די חז״ל נאָך אַלץ זיך געחידושט וועגן דעם סטאַטוס פֿון דער מגילה. אינעם 2טן—3טן יאָרהונדערט האָט דער אמורא שמואל געהאַלטן, אַז זי איז נישט אָנגעשריבן ברוח־הקודש. סוף־כּל־סוף, האָבן די חז״ל עס מקבל געווען ווי אַן אינטעגראַלן טייל פֿון כּתבֿי־קודש און אַפֿילו אויסגעדריקט די דעה, אַז אין משיחס צײַטן וועלן אַלע נבֿיאים און כּתובֿים בטל ווערן, אָבער די מגילת־אסתּר וועט אויף אייביק בלײַבן.

פֿון דער צווייטער זײַט, האָט מען בערך מיט 2,100 יאָר צוריק פֿאַרענדיקט די איבערזעצונג פֿונעם גאַנצן תּנ״ך אויף גריכיש, די „סעפּטואַגינטע‟. די גריכישע מגילת־אסתּר איז ממשותדיק לענגער ווי אונדזער הײַנטיקער נוסח; שיידט זיך אונטער אין פֿאַרשיידענע קליינע פּרטים, און אַנטהאַלט אַ גאַנצע ריי הוספֿהדיקע מעשׂיות: מרדכיס חלום, דעם פּרטימדיקן תּוכן פֿון אַחשוורושס צוויי גזירות קעגן און לטובֿת ייִדן, מרדכי און אסתּרס תּפֿילה, ווי אויך אַ נאָכוואָרט, לויט וועלכן די איבערזעצונג, געמאַכט ווען תּלמי און קלעאָפּאַרטע האָבן רעגירט אין מצרים, איז געטרײַ דעם אָריגינאַלן טעקסט.

מרדכיס חלום אינעם אוראַלטן גריכישן „סיני־קאָדעקס‟  און מרדכיס חלום אינעם מדרש „תּפֿילת מרדכי ואסתּר‟
Yoel Matveyev/Forverts Montage/codexsinaiticus.org
מרדכיס חלום אינעם אוראַלטן גריכישן „סיני־קאָדעקס‟  און מרדכיס חלום אינעם מדרש „תּפֿילת מרדכי ואסתּר‟

באַקומט זיך, אַז אַמאָל האָט אין דער ייִדישער וועלט צירקולירט אַן אַנדער נוסח פֿון מגילת־אסתּר מיט אַ מיסטישן טעם. אינעם ערשטן פּרק דערציילט מרדכי וועגן זײַן אַפּאָקאַליפּטישער נבֿיאישער וויזיע פֿון צוויי מאָנסטער־שלאַנגען; אינעם 4טן פּרק בעטן מרדכי און אסתּר דעם רבונו־של־עולם צו ראַטעווען זייער פֿאָלק. בײַם סוף דערקלערט מרדכי, אַז ער האָט פֿאַרשטאַנען דעם באַדײַט פֿון זײַן חלום: די צוויי דראַקאָנען זענען ער אַליין און המן הרשע. אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזער מגילה, ווערט דער אייבערשטער כּסדר דערמאָנט.

יעקבֿ בן מכיר אבן תּבון, אַ באַקאַנטער פּראָוואַנסאַלער חכם פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, האָט איבערגעזעצט אַלע מגילה־הוספֿות אויף לשון־קודש. אַ טייל פֿון זיי איז אַרײַן, אין אַ ממשותדיק אַנדער נוסח, אינעם גאָר אַלטן מדרש אויף אַראַמיש מיטן נאָמען „תּפֿילת מרדכי ואסתּר‟. פֿאַרשיידענע עלעמענטן פֿון די הוספֿות טרעפֿן זיך אויך אין אַזעלכע „סטאַנדאַרטע‟ ספֿרים ווי דער מדרש־רבה און די מגילה־תּרגומים.

באַזונדערס רײַך מיטן צוגאָב־מאַטעריאַל איז דער לאַנגער „תּרגום־שני‟. מחוץ שטיקלעך פֿון דער גריכישער מגילה, זענען דאָרטן אַרײַן כּלערליי אַנדערע ענינים. דער „תּרגום־שני‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר נישט אַן איבערזעצונג צי אַ געוויינטלעכן סיסטעמאַטישן פּירוש, נאָר אַ גאַנצע זאַמלונג פֿון דרשות און מעשׂיות אויף פֿאַרשיידנאַרטיקע טעמעס.

יעקבֿ בן מכירס נוסח פֿון די הוספֿות, ווי אויך די אוראַלטע אַראַמישע מדרש־ווערסיע, קענט איר געפֿינען אין יהודה־דוד אײַזנשטיינס „אוצר־המדרשים‟. דער ספֿר איז פֿרײַ צוטריטלעך אין דער באַקאַנטער אינטערנעץ־ביבליאָטעק Hebrewbooks.

  שײַכותדיקע אַרטיקלען:   http://yiddish.forward.com/articles/195303/purim-maslenitsa-and-nowruz/