עמלק־קוגל?

Amalek Kugel?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 18, 2019.
אַן עמלק־קוגל פֿון אַ סאַטמערער געשעפֿט אין לאָנדאָן
אַן עמלק־קוגל פֿון אַ סאַטמערער געשעפֿט אין לאָנדאָן

דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת איז בײַ אונדז אין שיל געווען געפּאַקט — נישט צוליב אַ בר־מיצווה אָדער אויפֿרוף, נאָר ווײַל אינעם לעצטן שבת פֿאַר פּורים, „שבת זכור‟, לייענט מען דעם קורצן פּרק אין דער תּורה וואָס באַפֿעלט אונדז „אויסצומעקן‟ אונדזער ביטערן שׂונא — דאָס פֿאָלק עמלק, וואָס פֿון אים שטאַמט אָפּ המן הרשע.

צוליב דעם וואָס ס’איז אַ מיצווה צו הערן ווי מע לייענט יענעם פּרק, קומען „שבת זכור‟ אין שיל אַרײַן אַלע מענער און פֿרויען, און במילא זייערע קינדער, איז, פֿאַרשטייט זיך, זייער לעבעדיק! לטובֿת יענע שיל־מיטגלידער וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּעטיקט צום לייענען עמלק — ווי, למשל, מאַמעס מיט קליינע קינדער — לייענט אונדזער רבֿ דעם פּרק נאָך אַ מאָל בײַם סאַמע סוף פֿונעם דאַווענען.

נאָכן דאַווענען, בשעת איך האָב גענאַשט אַ ביסל טשאָלנט מיט קאַרטאָפֿל־קוגל בײַם קידוש, האָב איך זיך דערוווּסט פֿון מײַן חבֿרטע, שאַני, אַז אין די חסידישע קרײַזן סײַ דאָ אין אַמעריקע סײַ אין אייראָפּע איז דאָ אַ טראַדיציע, אַז „שבת זכור‟ עסט מען אַן „עמלק־קוגל‟: דאָס הייסט, מע עסט פֿון פֿיר מינים קוגל וואָס ווען מע שטעלט צונויף די ראשי־תּבֿות פֿונעם נאָמען פֿון יעדן קוגל, לייגט עס אויס דאָס וואָרט „עמלק‟: אַן עפּל־קוגל, אַ מעלקוגל, אַ לאָקשן־קוגל און אַ קאַרטאָפֿל־קוגל.

דאָס אויפֿעסן די פֿיר עמלק־קוגלען דאַרף סימבאָליזירן די פֿאַרטיליקונג פֿון עמלק.

דרײַ פֿון די קוגלען זענען אַלעמען גוט באַקאַנט, אָבער וואָס איז אַ מעלקוגל? ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס איז אַ געמיש פֿון מצה־מעל, בוימל, וואַסער, זאַלץ און פֿעפֿער וואָס מע קנייט צונויף אין אַ גרויסן קניידל און לייגט אים אַרײַן אינעם טשאָלנט איידער מע שטעלט דעם טשאָלנט אַרײַן אין אויוון. במשך פֿון דער נאַכט זאַפּט דער קוגל אײַן די געשמאַקע טעמען פֿונעם פֿלייש, גרינסן און בעבלעך.

לויט אַן אַלט וואָרט, וואָס כ׳האָב זיך דערוווּסט פֿון ר׳ יואל מנחם כּהן, אַ יונגערמאַן פֿון די סאַטמערער קרײַזן, דאַרף יעדער קוגל זײַן „שיין ווי רחל, זאַפֿטיק ווי לאה, גוט ווי יעקבֿ און אָפּגעבאַקן ווי עשׂו‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.