טור אויף ייִדיש פֿון אויסשטעלונג וועגן געפֿונענעם משפּחה־אַלבאָם

Yiddish Tour Of 'Lost & Found – A Family Photo Album'

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 20, 2019.
אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם משפּחה־אַלבאָם
Yeshiva University Museum
אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם משפּחה־אַלבאָם

מאָנטיק, דעם 8טן אַפּריל, וועט די באַקאַנטע פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ד״ר רות ווײַס, פֿירן אַן איין־שעהיקן טור אויף ייִדיש וועגן דער אויסשטעלונג, „פֿאַרלוירן און געפֿונען — אַ משפּחה־פֿאָטאָ־אַלבאָם‟ בײַם „מוזיי פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ אין מאַנהעטן.

דער טור ווערט געשטיצט פֿונעם מוזיי פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט בשותּפֿות מיטן פֿאָרווערטס און ייִוואָ.

ד״ר ווײַס וועט דערציילן די רירנדיקע געשיכטע פֿון אַ משפּחה־אַלבאָם וואָס האָט געהערט צו איר מומען, אַנאַ וואַרשאַווסקאַ, איידער די מומע איז דעפּאָרטירט געוואָרן פֿון קאָוונער געטאָ אין 1943. במשך פֿון דרײַ דורות האָט אַ נישט־ייִדישע ליטווישע משפּחה באַהאַלטן דעם אַלבאָם ביז מע האָט אים אַנטדעקט אין 2013. מיט דרײַ יאָר שפּעטער האָט מען דעם אַלבאָם סוף־כּל־סוף אומגעקערט די אָפּשטאַמיקע פֿון וואַרשאַווסקאַס משפּחה.

די 113 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס ווערן צום ערשטן מאָל אויסגעשטעלט אַלע אין איינעם, שילדערן דאָס פֿאַרשידנאַרטיקע ייִדישע קולטור־לעבן וואָס האָט געבליט אין די שטעט פֿון מיזרח־אייראָפּע צווישן ביידע וועלט־מלחמות.

דער טור, וואָס קומט פֿאָר אינעם בנין פֿונעם מוזיי און פֿון ייִוואָ, 15 וועסט 16טע גאַס, וועט זיך אָנהייבן 6:30 אין אָוונט. בילעטן קאָסטן 10$; פֿאָרווערטס־אַבאָנענטן: 5$

פֿאַראינטערעסירטע דאַרפֿן רעזערווירן אַ בילעט פֿאַרן טור דאָ: https://www.brownpapertickets.com/event/4070324 די אויסשטעלונג וועט אָנגיין ביזן 28סטן אַפּריל.