אַ גאָר אַנדער סאָרט פּורים־שפּיל

A Completely Different Kind Of Purim Shpil

פֿון יונה הערש באָיאַרין

Published March 21, 2019.
Erik McGregor

אַלע ווייסן אַז אין אַ פּורים־שפּיל איז אַלץ הפֿקר פּעטרישקע. אָבער אַזאַ ווילדע שעפֿערישע איבערקערעניש ווי מע זעט בײַם יערלעכן „אויף צו להכעיס‟ פּורים־שפּיל אין ניו־יאָרק האָט איר זיכער נאָך נישט געזען.

„אויף צו להכעיס‟, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר אַ וואָך נאָך פּורים, װעט הײַיאָר פֿאָרגעשטעלט ווערן שבת־צו־נאַכטס, דעם 30סטן מאַרץ בײַם „איסט מידװוּד דזשויִש צענטער‟ אין ברוקלין, נ״י. דאָס וועט זײַן דאָס צוואַנציקסטע יאָר פֿון דער אונטערנעמונג און מע דערוואַרט בערך אַ טױזנט מענטשן. די פּראָגראַם װעט אַרײַננעמען אַ פּורים־שפּיל, כּלי־זמרים, און טענץ בציבור ביז דרײַ אַ זייגער פֿאַר טאָג. בילעטן קאָסטן 12$ און 20$ אָבער קײנעם װעט מען נישט אָפּזאָגן אויב ער קען נישט באַצאָלן.

שטעלט זיך די פֿראַגע: װאָס פֿאַר אַ גרופּע רופֿט זיך „אױף־צו־להכעיס“? די אָרגאַנאַזירערס, צװישן זײ — פֿעיִקע ייִדיש־רעדערס, דערקלערן אַז מע האָט דעם אויסדרוק געטראָפֿן אין מיכל װעקס׳ בוך Born to Kvetch, און האָבן עס אױסגעקליבן װײַל עס דריקט פּינקטלעך אױס זײער שיטה פֿון „קװירער‟ ייִדישער עלאַסטישיקײט און חוצפּה. די גרופּע, װאָס זאָגט מיט אַ שמייכל אַז זי איז „אַ שותּף אין פֿױלע געשעפֿטן“ מיט דער פּאָליטישער טעאַטער־טרופּע „גרייט סמאָל וווּרקס‟ און מיט „ייִדן פֿאַר ראַסישער און עקאָנאָמישער גערעכטיקייט“ באַשטײט פֿון איבער 200 וואָלונטירן וואָס העלפֿן יעדעס יאָר רעאַליזירן דעם יערלעכן ספּעקטאַקל.

פֿאַר משפּחות מיט קליינע קינדערלעך און אַנדערע וואָס זוכן אַ מער „רויִקע‟ איבערלעבונג, זײַנען דאָ אַנדערע געלעגנהײטן משׁמח צו זײַן מיט דער טרופּע. דעם 28סטן מאַרץ, 7:30 אין אָוונט, װעט מען פֿאָרשטעלן די פּיעסע אָן דער רעשיקער מסיבה, און זונטיק דעם 31סטן פֿון 2־5 נאָך מיטאָג װעט פֿאָרקומען אַ גרױסער קאַרנאַוואַל פֿאַר די קינדער.

Erik McGregor


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.