רומעניע אַנאָנסירט אַז זי וועט איבערציִען אַמבאַסאַדע קיין ירושלים

Romania Announces It Will Move Embassy to Jerusalem

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 25, 2019.
די רומענישע פּרעמיערין וויאָריקאַ דאַנטשילאַ
Getty Images
די רומענישע פּרעמיערין וויאָריקאַ דאַנטשילאַ

די רומענישע פּרעמיערין וויאָריקאַ דאַנטשילאַ האָט זונטיק געמאָלדן, אַז איר לאַנד וועט אין גיכן איבערפֿירן איר ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע קיין ירושלים.

רעדנדיק אויף דער עפֿענונג פֿון דער „אייפּאַק‟־קאָנפֿערענץ אין וואַשינגטאָן האָט דאַנטשילאַ געזאָגט, אַז איר רעגירונג האָט באַשלאָסן דורכצופֿירן דעם שריט נאָך אַ יאָר־לאַנגער לעגאַלער און פּאָליטישער קאָנסולטאַציע.

רומעניע וועט ווערן דאָס ערשטע לאַנד פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד איבערצופֿירן די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין ירושלים, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן און גוואַטעמאַלאַ האָבן שוין געטאָן. דער פּרעמיער פֿון האָנדוראַס און דער פּרעזידענט פֿון קאַבאָ ווערדע, אַ לאַנד אין צפֿון־אַפֿריקע, האָבן אויך אַנאָנסירט אויף דער „אייפּאַק‟־קאָנפֿערענץ אַז זיי וועלן עפֿענען אַמבאַסאַדעס אין ירושלים.

דאַנטשילאַ, וואָס פֿירט איצט אָן מיט דער ראָטירנדיקער פּרעזידענטשאַפֿט בײַם ראַט פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, האָט דערקלערט אַז רומעניע וועט אויך פֿאַרטיידיקן די ייִדישע מדינה אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד.

דערצו האָט זי אַנאָנסירט דרײַ נײַע איניציאַטיוון פֿון דער רעגירונג: 1) די אָפּשטאַמיקע פֿון רומענישע ייִדן וואָס האָבן געמוזט אויפֿצוגעבן זייער בירגערשאַפֿט ווען זיי האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד אונטערן קאָמוניסטישן רעזשים וועלן איצט קענען באַקומען בירגערשאַפֿט; 2) מע וועט געבן נײַע קאָמפּענסאַציע־בענעפֿיטן דער שארית־הפּליטה פֿון רומעניע, און 3) מע וועט פֿאַרעפֿנטלעכן די רעגירונג־אַרכיוון פֿאַר עקספּערטן פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע ייִשובֿים אין רומעניע, „כּדי צו דערגיין דעם אמת וועגן רומעניעס מעשׂים במשך פֿון די צוויי וועלט־מלחמות.‟