מרים האָפֿמאַן וועט רעדן וועגן אירע יאָרן אין „די־פּי‟־לאַגער

Miriam Hoffman To Speak About Her Years in a DP Camp

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 26, 2019.
מרים האָפֿמאַן
Miriam Hoffman
מרים האָפֿמאַן

יעדעס יאָר אין אַפּריל אָרדנט דער „שלום־עליכם־צענטער‟ אין בראָנקס אײַן אַ פּראָגראַם לזכר די געליטענע פֿון חורבן. אין 2015, למשל, האָט אַ פּאַנעל פֿון דרײַ פֿרויען, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, דערציילט וועגן דעם וואָס זיי האָבן דורכגעמאַכט.

הײַיאָר וועט די דראַמאַטורגין און פֿאָרווערטס־קאָלומניסטקע — מרים האָפֿמאַן רעדן וועגן אירע פֿינף יאָרן אין אַ „די־פּי‟־לאַגער נאָך דער מלחמה און וועגן דער ייִדישער קולטור, וואָס האָט דאָרטן געבליט. ספּעציעל וועט זי און איר זון, דער אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן, רעדן וועגן אַ טאָגבוך, וועלכע זי האָט געפֿירט צו יענער צײַט, וואָס גיט איבער די לידער, וואָס די ייִדן האָבן דעמאָלט געזונגען. צוזאַמען מיט זיי וועט אויפֿטרעטן דער קלעזמער־מוזיקער און זינגער זיסל סלעפּאָוויטש, וואָס וועט פֿאָרשטעלן אַ קראַנץ לידער.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 14טן אַפּריל, 1:30 נאָכמיטאָג. דער אַרײַנגאַנג איז בחינם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, קלינגט אָן 0295 930 917.

מרים האָפֿמאַן האָט אויך אַרויסגעגעבן אַ ביכל זכרונות וועגן אירע איבערלעבונגען אין סיביר און אין „די־פּי‟־לאַגער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.