„ייִוואָ זומער־פּראָגראַם‟ טערמין דערנענטערט זיך

YIVO Summer Program Deadline Coming Up

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 27, 2019.
סטודענטן אויף דער סיום פֿון דער ייִוואָ זומער־פּראָגראַם, 2018
Courtesy of YIVO Institute
סטודענטן אויף דער סיום פֿון דער ייִוואָ זומער־פּראָגראַם, 2018

פֿאַראַיאָרן האָט די ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון אוריאל ווײַנרײַך צוגעצויגן אַ גרעסערן עולם ווי געוויינטלעך, צום טייל ווײַל מע האָט ממשותדיק אַראָפּגעלאָזט דעם פּרײַז פֿונעם קורס. הײַיאָר וועלן ייִדיש־סטודענטן ווידער קענען געניסן פֿונעם רעלאַטיוו נידעריקן שׂכר־לימוד — $2,000. דער טערמין אַרײַנצושיקן אַן אַפּליקאַציע רוקט זיך אָבער אָן וואָס נעענטער: דינסטיק, דעם 2טן אַפּריל. אַפּליקאַציעס קען מען אַרײַנשיקן אַהער: https://summerprogram.yivo.org/.

אַחוץ דעם שׂכר־לימוד האָט מען צו דער הײַיאָריקער פּראָגראַם צוגעגעבן עטלעכע נײַע קלאַסן געלערנט פֿון לערער, וואָס האָבן פֿריִער קיין מאָל ניט געלערנט אויף דער ייִוואָ־פּראָגראַם: ד׳׳ר מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי, וואָס לערנען געוויינטלעך אין דער תּל־אָבֿיבֿער פּראָגראַם. צוזאַמען מיט זיי וועלן אויך לערנען ד׳׳ר שבֿע צוקער, דוד בראַון, ד׳׳ר חנה גאָנשאָר, פּערל טייטלבוים און גרשון פּרײַס. צווישן די לערער פֿון די קולטור־קלאַסן געפֿינט מען אויך די איבערזעצערין ד׳׳ר באַרבאַראַ הרשבֿ, דער אַקטיאָר שיין בייקער, דער היסטאָריקער ד׳׳ר יהושע קאַרליפּ, די היסטאָריקערין ציליע קוזניץ, די ליטעראַטור־פֿאָרשערין ד׳׳ר חנה נאָריך, און דער איבערזעצער, רעדאַקטאָר און גראַפֿיקער יאַנקל סאַלאַנט.

נאָך אַ נײַעם עלעמענט פֿון דער הײַיאָריקער פּראָגראַם וועט זײַן אַ וואַרשטאַט, אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי פֿאַר די, וואָס ווילן ווערן לערער פֿון ייִדיש. דער וואַרשטאַט וועט פֿאָרקומען די וואָך נאָך דער זומער־פּראָגראַם גופֿא, פֿונעם 5טן ביזן 9טן אויגוסט. אינעם וואַרשטאַט, וואָס קומט פֿאָר אין גאַנצן אויף ייִדיש, וועט מען אַרומרעדן סײַ די אַלגעמיינע פּרינציפּן פֿון דער שפּראַך־פּעדאַגאָגיק, סײַ יענע ענינים, וואָס זענען ספּעציעל שייך ייִדיש. דער שׂכר־לימוד פֿאַרן לערער־וואַרשטאַט איז 250$ פֿאַר ייִוואָ־מיטגלידער און 325$ פֿאַרן ברייטן עולם. די וואָס נעמען ניט אָנטייל אין דער גאַנצער ייִוואָ־פּראָגראַם מעגן זיך אויך פֿאַרשרײַבן.