נײַער רוסישער זשורנאַל דרוקט פֿאָרשונגען װעגן ייִדישער קולטור

New Russian Journal Publishes Research on Yiddish Culture

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 29, 2019.
י. ל. גורדון און שלום־עליכם
Wikimedia/Forverts Montage
י. ל. גורדון און שלום־עליכם

דער מאָסקװער אַקאַדעמישער צענטער „ספֿר‟ האָט אָנגעהױבן אַרױסצוגעבן אַ נײַעם זשורנאַל װעגן ייִדישע פֿאָרשונגען. װי מען דערקלערט אינעם אַרײַנפֿיר צו דעם ערשטן נומער, װעט די דאָזיקע פּובליקאַציע דרוקן דער עיקר נײַע אָריגינעלע מאַטעריאַלן װעגן דער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע, און בפֿרט װעגן ייִדיש. אינעם ערשטן נומער זײַנען פֿאַראַן דרײַ אַרטיקלען, װאָס באַהאַנדלען ספּעציעל די ייִדישע ליטעראַטור און טעאַטער.

אלכּסנדר פֿרענקעל, דער פֿאַרװאַלטער פֿונעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער און אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור, האָט צונױפֿגעשטעלט די קאָרעספּאָנדענץ צװישן שלום־עליכם און דעם העברעיִשן פּאָעט יהודה לײב גורדון אין די יאָרן 1888–1890. די בריװ געפֿינען זיך אין פֿאַרשידענע זאַמלונגען, װי אױך אין פּריװאַטע הענט, און עד־היום זײַנען זײ געװען פֿאַרעפֿנטלעכט בלױז טײלװײַז. גענומען אין אײנעם דערצײלן זײ אַ טשיקאַװע געשיכטע פֿון די באַציִונגען צװישן דעם באַרימטן העברעיִשן דיכטער און דעם יונגן ייִדישן ליטעראַט מיט גרױסע אַמביציעס.

שלום־עליכם שרײַבט צו גורדון לכתּחילה אױף ייִדיש. ער בעט בײַם עלטערן דיכטער, װאָס האָט מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער געהאַט פֿאַרערפֿנטלעכט אַ ביכל ייִדישע לידער מיטן קעפּל „שׂיחת חולין‟, צו שיקן אַ ליד פֿאַרן נײַעם אַלמאַנאַך „די ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟. שלום־עליכם שרײַבט: „איך, הצעיר באלפֿי יהודה, לאָז אַרױס אױף גאָטס װעלט אַ גאַנץ גרױסן סבאָרניק כּמין זשורנאַל להבֿדיל אױף זשאַרגאָן, ניט צוליב אַ געשעפֿט, ח[ס]־ו[שלום] (איך האָב אין קיִעװ בעסערע געשעפֿטן), נאָר להרים קרן שׂפת יהודית, צו הײבן דעם האָרן פֿונעם אָרעמען זשאַרגאָן.‟

שלום־עלימס הײמיש־שטיפֿערישער טאָן איז ניט געװען צום האַרצן דעם חשובֿן פּעטערבורגער דיכטער. גורדון האָט געענטפֿערט גאַנץ קאַלט. ערשטנס, שרײַבט ער זײַן ענטפֿער אױף רוסיש, „כּדי אַריבערצוגײן אױף אַ נײטראַלן באָדן‟. צװײטנס, זאָגט ער, האָט ער שױן כּמעט פֿאַרגעסן די גערעדטע שפּראַך, און זײַן קאָפּ איז „פֿול־געשטאָפּט‟ מיט דײַטשמעריזמען. צום סוף גיט גורדון שלום־עליכמען אַן עצה צו דרוקן אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון זײַן פּאָעמע „קוצו של יוד‟. אָבער, גיט ער צו, ער געדענקט ניט דעם אַדרעס פֿונעם איבערזעצער, „אײנעם אַ הערצער פֿון לעמבערג‟.

אָבער שלום־עליכם איז ניט געפֿאַלן בײַ זיך, און האָט אָנגעשריבן אַ נײַעם בריװ צו גורדונען, דאָס מאָל אױף רוסיש. ער האָט געשיקט אַן עקזעמפּלאַר פֿון זײַן זאַמלונג לידער אין פּראָזע „אַ בינטל בלומען‟, װאָס ער האָט געדרוקט פּריװאַט אױפֿן אײגענעם חשבון, און געבעטן בײַ גורדונען, יענער זאָל אַרױסזאָגן זײַן דעה װעגן דעם ביכל. „אָן אײַער אָפּרוף — שרײַבט שלום־עליכם — קאָן איך ניט אַרױסלאָזן דאָס בוך אין דער װעלט אַרײַן.‟ אַ סבֿרה, האָט שלום־עליכם געהאַט אין זינען צו פֿאַרעפֿנטלעכן גורדונס אָפּרוף װי אַ רעצענזיע אין דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟. סוף־כּל־סוף האָט שלום־עליכם טאַקע באַקומען בײַ גורדון אַ ליד פֿאַר זײַן אַלמאַנאַך, און אינעם לעצטן בריװ איז גורדונס טאָן געװאָרן װײכער. ער האָט געפֿונען אַ סך זאַכלעכע און געראָטענע מאַטעריאַלן אין שלום־עליכמס זאַמלונג, אָבער דאָס האָט אים ניט איבערצײַגט, אַז אַזאַ מין פּובליקאַציע איז „ניצלעך פֿאַרן ראַטעװען אונדזער פֿאָלק.‟ פֿאַר גורדון איז ייִדיש געװען אַן אומזיסט רעשטל פֿון מיטלאַלטער.

אין אַ צווייטן אַרטיקל פֿונעם נײַעם זשורנאַל באַהאַנדלט די מאָסקװער היסטאָריקערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, גאַלינאַ עליאַסבערג, די פֿראַגע, װי אַזױ די היסטאָרישע געשעענישן פֿון 1917 — דאָס הײסט, די רוסישע רעװאָלוציע און די באַלפֿור־דעקלאַראַציע — האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט אין לעאָן קאָברינס דראַמע „צוריק צו זײַן פֿאָלק‟. די דאָזיקע דראַמע איז אױפֿגעפֿירט געװאָרן אין ניו־יאָרק אין דעצעמבער פֿון 1917 אין באָריס טאָמאַשעפֿסקיס „פֿאָלקס־טעאַטער‟. דאָס איז געװען די װיכטיקסטע ייִדישע פּרעמיערע פֿון יענעם סעזאָן, און זי האָט באַקומען לעבעדיקע, לרובֿ פּאָזיטיװע, אָפּרופֿן אין דער פּרעסע. מען האָט ספּעציעל אָפּגעמערקט די אַקטועלקײט פֿון דער דראַמע װעגן דעם אומקער פֿון אַן אַסימילירטן ייִדישן אָלרײַטניק פֿון ריװערסײַד־דרײַװ צו זײַן פֿאָלק — דורך ציוניזם. עליאַסבערג האַלט, אַז די דאָזיקע דראַמע שפּיגלט אָפּ דעם אױפֿקום פֿון נאַציאָנאַלן התפּעלות אױף דער אַמעריקאַנער ייִדישער בינע, װאָס איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון די געשעענישן אין רוסלאַנד און ארץ־ישׂראל.

פּראָפֿעסאָר בער קאָטלערמאַן פֿונעם בר־אילן אוניװערסיטעט באַטראַכט דעם נסתּרס שריפֿטן נאָך דעם אומקער פֿון דער עװאַקואַציע אין 1943. דער חורבן האָט געמאַכט זײער אַ שװערן רושם אױף דעם נסתּר, אָבער די אױפֿלעבונג פֿון דעם סאָװעטישן ביראָבידזשאַנער „פּראָיעקט‟ האָט בײַ אים אַרויסגערופֿן אַ האָפֿענונג, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק װעט האָבן אַ קיום אינעם נײַעם הײמלאַנד אין דעם סאָװעטישן װײַטן מזרח. דער נסתּר איז מיטגעפֿאָרן קײן ביראָבידזשאַן מיט אַן עשעלאָן פֿון דער אוקראַיִנער שארית־הפּליטה. צװישן זײַנע פּאַפּירן האָט זיך אָפּגעהיט אַ כּתבֿ־יד פֿון נאָטיצן, װוּ ער טײַטשט אױס ביראָבידזשאַן װי אַ ייִדישער טעריטאָריאַלער פּראָיעקט. די דאָזיקע ראַדיקאַלע געדאַנקען האָט מען אַװדאי ניט געטאָרט דרוקן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און דער נסתּר, אין אײנעם מיט אַנדערע מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, איז אַרעסטירט געװאָרן סוף 1940ער יאָרן. צו יענער צײַט איז ער שױן געװען אַ קראַנקער מענטש, און ער איז געשטאָרבן אינעם גולאַג אין 1950.

אין די קומעדיקע נומערן פֿונעם זשורנאַל װעלן באַהאַנדלט ווערן פֿאַרשידענע טעמעס, מיטן פֿאָקוס אױף ייִדישע מוזײען און פּױלישן ייִדנטום. דאָס איז אַ װיכטיקע נײַע אונטערנעמונג, װאָס וועט זיכער הייבן דעם ניװאָ פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען אין רוסלאַנד אױף אַ נײַע מדרגה.