פֿונעם אַרכיוו: שטיצט די אַלטע תּלמידי־חכמים!

From the Archives: Support the Aged Sages of Israel!

פֿון יונה לובין

Published March 29, 2019.
Forward Archive/Forverts Montage

די דאָזיקע רעקלאַמע לטבֿות דעם „בית תּומכי תּורה וזקני ישׂראל‟ איז אינטערעסאַנט צוליב עטלעכע סיבות. כאָטש עס גייט די רייד וועגן אַ מושבֿ־זקנים, באַנוצט די רעקלאַמע די זעלבע לאָזונגען ווי די אַמאָליקע רעקלאַמעס צו שטיצן די ישיבֿות. אין דער אַלטער היים האָבן ייִדן אויפֿגענומען ישיבֿה־בחורים צו עסן טעג בײַ זיי; אין 1968 האָט מען פֿאַרבעטן דעם מנדבֿ צו באַזוכן די עטלערע פֿרומע ייִדן אינעם מושב־זקנים וואָס ער שטיצט אונטער.

אויף די זײַטן פֿון דער רעקלאַמע זעט מען צייכענונגען פֿון אַלטע ייִדן מיט גרויסע בערד, וואָס טראָגן היטלען און תּפֿילין.

דער משובֿ־זקנים האָט אויך אָנגעפֿירט מיט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף דער פֿאָרווערטס ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD.

אויפֿן זעלביקן אַדרעס ווי דער אַמאָליקער „בית תּומכי תּורה וזקני ישׂראל‟ געפֿינט זיך הײַנט נאָך אַלץ אַ משובֿ־זקנים, אָבער ניט קיין ייִדישער. דער „בית תּומכי תּורה וזקני ישׂראל‟ האָט זיך פֿאַרמאַכט אין 1996 אָבער די אָרגאַניזאַציע עקזיסטירט נאָך אַלץ ווי אַ כּולל פֿאַר זקנים.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.