ווי דער פֿאָרווערטס האָט געהאָלפֿן עגונות

How the Forverts Helped Women Whose Husbands Went AWOL

פֿון יונה לובין

Published April 02, 2019.
Forward Archive/Forverts Montage

אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן די ניו־יאָרקער ייִדישע צײַטונגען, דער פֿאָרווערטס בתוכם, געהאָלפֿן עגונות דורך אַ רובריק, אין וועלכן מע האָט אָפּגעדרוקט די בילדער פֿון מענער, וואָס זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, די לייענער זאָלן זיי אפֿשר קענען דערקענען און לאָזן וויסן זייערע פֿרויען. אָפֿט מאָל זענען די רעקלאַמעס געווען פֿון פֿרויען אין אייראָפּע, וואָס האָבן ניט געהערט פֿון זייערע מענער, נאָך דעם וואָס די מענער זענען אַוועק קיין אַמעריקע. אַמאָל איז די מעשׂה געווען פּונקט פֿאַרקערט: דער מאַן האָט פֿאַרלאָזט דאָס ווײַב אין אַמעריקע און איז אַנטלאָפֿן פֿון איר דווקא קיין אייראָפּע.

ספּעציעל טשיקאַווע אין די דאָזיקע באַשרײַבונגען איז דער פֿאַל פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר נתן שוואַרץ, וואָס האָט פֿאַרלאָזט זײַן פֿרוי אין שיקאַגע און איז, לויט דער השערה פֿון זײַן פֿרוי, אַוועקגעפֿאָרן קיין מאַנטשעסטער, ענגלאַנד. פֿאַר וואָס איז דער דאָזיקער אַקטיאָר אַזוי טשיקאַווע? ווײַל ער האָט שוין פֿיר מאָל פֿריִער געהאַט פֿאַרלאָזט זײַן פֿרוי אויף הפֿקר!