פֿונעם אַרכיוו: „מערי ראָוז‟ און די פֿרויען־זײַט

From the Archives: Mary Rose and the Women's Page

פֿון יונה לובין

Published April 03, 2019.
Forverts Archive/Forverts Montage

דאָס איז אַן אויסצוג פֿון דער דעמאָלט־כּסדרדיקער זײַט „די פֿרוי און די היים‟. די פֿרויען־זײַט האָט זיך אָפּגעגעבן מיט יענע טעמעס, וואָס מע האָט געהאַלטן, אַז זיי זענען נאָר געווען פּאַסיק פֿאַר פֿרויען: די מאָדע, דאָס קאָכן און ווי אַזוי אָנצופֿירן מיט דער הויז־ווירטשאַפֿט. ספּעציעל אינטערעסאַנט דעם הײַנטיקן לייענער: די רעצעפּטן, וואָס זעען אויס גאָר הײַנטצײַטיק — כּמו־פֿלייש און וועגעטאַרישע געהאַקטע לעבער. וועמען וואָלט אײַנגעפֿאַלן, אַז מע האָט דעמאָלט געוווּסט פֿון אַזעלכע זאַכן?

כאָטש עס זעט אויס אַז דער דאָזיקער אָפּטייל האָט בלויז צו טאָן מיט פֿרוייִשע אינטערעסן פֿאַרבונדן מיט דער היים, ווערט דאָס בילד מער קאָמפּליצירט אַז מע באַטראַכט די אידענטיטעט פֿון איר מחברטע. שושנה ראָזע (וואָס באַנוצט זיך דאָ מיטן פּסעוודאָנים מערי ראָוז) איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש בײַם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. נאָכן טויט פֿון איר פֿאָטער איז איר דערציִונג איבערגעהאַקט געוואָרן, ווײַל זי האָט געדאַרפֿט אַרבעטן ווי אַ נייטאָרין. אין 1912 האָט זי געדרוקט איר ערשטן אַרטיקל אינעם „לאָדזשער טאָגבלאַט‟ און איז געוואָרן אַ פּראָדוקטיווע שרײַבערין.

בשעת דער מלחמה האָט זי פֿאַרלוירן איר מאַן און צוויי זין. נאָך דעם וואָס זי איז אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס קיין שאַנכײַ, איז זי געקומען קיין אַמעריקע, וווּ זי האָט אַרויסגעלאָזט 14 ראָמאַנען, און אָנגעפֿירט מיט דער רובריק „די פֿרוי און די היים‟.

כּדי צו לייענען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן שושנה ראָזע, באַזוכט: https://forward.com/sisterhood/209646/the-phantom-yiddish-writer/.