פֿונעם אַרכיוו: „די ברידער אַשכּנזי‟ אין פֿאָלקסבינע

From the Archives: The Brothers Ashkenazi at the Folksbiene

פֿון יונה לובין

Published April 05, 2019.
Forward Archive/Forverts Montage

דער דאָזיקער אַנאָנס גיט איבער, אַז דער 56סטער סעזאָן פֿון דער פֿאָלקסבינע וועט זיך באַלד אָנהייבן מיט אַ נײַער אינסצענירונג פֿון „די ברידער אַשכּנזי.‟ ישׂראל יהושע זינגערס ראָמאַן איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פּיעסע דורך דער אַקטריסע ליובאַ קאַדיסאָן. אַ ריז פֿון דער ייִדישער בינע, האָט קאַדיסאָן אָנגעהויבן איר קאַריערע אין דער ווילנער טרופּע. איר פֿאָטער, לייב קאַדיסאָן, איז אויך געווען אַקטיוו אין דער טרופּע.

שפּעטער האָט זי חתונה געהאַט מיטן אַקטיאָר יוסף בולאָוו, וואָס האָט געשפּילט די הויפּטראָלע אין דער דאָזיקער פֿאָרשטעלונג, און זיי זענען געקומען קיין אַמעריקע אין די סוף 1920ער יאָרן. קאַדיסאָן, וואָס איז געשטאָרבן אין 2006 אין עלטער פֿון 99 יאָר, איז געווען די לעצט־פֿאַרבליבענע אַקטריסע, וואָס איז אויפֿגעטראָטן מיט דער ווילנער טרופּע.