אַ גרויסע הילף פֿאַר אויטיסטישע סטודענטן

Helping Autistic Students Function Better at School

אין אַ שול פֿאַר אויטיסטישע קינדער, שאָטלאַנד, 2008.
Getty Images
אין אַ שול פֿאַר אויטיסטישע קינדער, שאָטלאַנד, 2008.

פֿון נתנאל שטערן

Published April 08, 2019.

משה, אַ 20־יאָריקער ירושלימער אײַנוווינער, לײַדט פֿון אויטיזם. ס׳איז אים אומבאַקוועם אַרײַנצוקוקן אין די אויגן פֿון אַנדערע; ער חזרט כּסדר איבער געוויסע פֿירעכצן און קען רעדן שעהען לאַנג וועגן טעמעס פֿאַרבונדן מיט מענטשן וואָס האָבן ניט גענוג געלט. ער איז אָבער אויך זייער פֿעיִק בײַ מאַטעמאַטיק און קען נישט ווייניקער ווי זיבן קאָמפּיוטער־שפּראַכן.

ביז לעצטנס וואָלט אַ מענטש ווי משה ניט געקענט שטודירן אין אוניווערסיטעט אָדער געפֿינען קיין אַרבעט־פּאָסטן, ווײַל מע האָט ניט געהעריק געשטיצט מענטשן וואָס לײַדן פֿון אויטיזם. אין 2013 האָט מען אָבער אין ישׂראל אָנגעהויבן אינטעגרירן אויטיסטישע יונגע־לײַט אין דער אַקאַדעמישער וועלט. דאָס געזעץ לטבֿות די גלײַכע רעכט פֿאַר אינוואַלידן דערקלערט אַז אַלע מענטשן זענען באַשאַפֿן געוואָרן אינעם צלם אלקים, און אַלע האָבן אַ גלײַכע מענטשלעכע ווערדע.

אין אַמעריקע האָבן די יונגע־לײַט מיט אויטיזם, וואָס ווילן זיך לערנען אין אוניווערסיטעט אָדער געפֿינען אַ שטעלע, אויך וווּהין זיך צו ווענדן. אין 2014 האָט די פֿעדעראַלע רעגירונג געגרינדעט אַ פּראָגראַם, וואָס לערנט אויטיסטישע לײַט וועגן זייערע רעכט. דערצו, האָט די אָרגאַניזאַציע Autism Speaks אַ וועבזײַט, TheSpectrumCareers.com, וואָס העלפֿט די מיט אויטיזם געפֿינען שטעלעס, וואָס זענען פּאַסיק פֿאַר זיי.

אַ שטודיע פֿון אויטיסטישע תּלמידים, דורכגעפֿירט פֿונעם „קעגעל אויטיזם־צענטער‟ אין 2013 ווײַזט, אַז ווען מע גיט אויטיסטישע תּלמידים ספּעציעלע שטיצע אין זייערע שולן, קענען זיי בעסער קאָמוניקירן מיט זייערע מיט־תּלמידים און לערער.

אויטיזם איז אַ טערמין וואָס נעמט אַרײַן אַ ריי פֿאַרשידענע פּראָבלעמען, וואָס שטערן דאָס קאָמוניקירן מיט אַנדערע און נעמט אַרײַן אַנדערע סימפּטאָמען ווי דאָס איבערחזרן געוויסע מינים אויפֿפֿיר, ווי אויך שוועריקייטן בײַם פֿאַרשטיין אויסדרוקן אויפֿן פּנים און אַנדערע פֿאָרמען פֿון קאָמוניקירן אָן ווערטער. דער אַמעריקאַנער מלוכישער געזונט־אַמט שאַצט, אַז 1 פֿון יעדע 59 אַמעריקאַנער קינדער לײַדן הײַנט פֿון אויטיזם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.