די „ערשטע דאַמע‟ בײַ די ייִדן אין כּנען

First Lady of the Jews in Canaan

רחבֿ העלפֿט די ייִדישע מרגלים. אַ בילד פֿון אַן אומבאַקאַנטן מאָלער, 17טער יאָרהונדערט
Wikimedia
רחבֿ העלפֿט די ייִדישע מרגלים. אַ בילד פֿון אַן אומבאַקאַנטן מאָלער, 17טער יאָרהונדערט

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 10, 2019.

אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן אַ ריי סיטואַציעס, נאָך וועלכע מע האָט געדאַרפֿט זיך טובֿלען אין מיקווה, ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען. די סדרה שליסט זיך מיטן סאַמע באַקאַנטן און אַקטועלן פֿאַל: אַ פֿרוי דאַרף נאָך איר ווסת גיין „זיך אָפּוואַשן אין וואַסער‟ — דהײַנו, אין אַ כּשרער מיקווה, ווי עס דערקלערן די חז״ל.

אַן אַנדער אַקטועלער באַנוץ פֿון דער מיקווה אין דער הײַנטיקער צײַט איז די טבֿילה פֿון גרים. הגם אין דער גרמא ווערן דערמאָנט אַמאָליקע דעות, לויט וועלכע אַ געמלטער גר קאָן זיך באַגיין, אין פּרינציפּ, אָן קיין טבֿילה, און אַ געטובֿלטער — אָן קיין ברית־מילה, פּסקנט מען למעשׂה אַז דרײַ ענינים — קבלת־המיצוות, ברית־מילה און טבֿילה — זענען יאָ נייטיק. בײַ אַ פֿרוי וואָס איז מקבל די ייִדישע מיצוות, באַשטייט דאָס ווערן אַ ייִד טאַקע אינעם טובֿלען זיך אין דער מיקווה.

באַקומט זיך, אַז אינעם נאַטירלעכן אָדער כּמו־נאַטירלעכן וואַסער — אַזוי ווי אַ קינסטלעך־געמאַכטע מיקווה — שטעקט אַ גרויסער גײַסטיקער טראַנספֿאָרמאַציע־כּוח. דער נבֿיא ירמיהו זאָגט: „מקוה ישׂראל ה׳‟ — דער אייבערשטער איז די האָפֿענונג פֿון עם־ישׂראל. רבי עקיבֿא — אַ זון אָדער אַן אייניקל פֿון גרים — טײַטשט אָפּ דעם דאָזיקן פּסוק אויף אַ מעטאַפֿאָרישן זינען: דער אייבערשטער אַליין איז אַ „מיקווה‟, דער אמתער אורקוואַל פֿון קדושה און טהרה. די גשמיותדיקע מיקווה סימבאָליזירט, אַז אַפֿילו פֿון די גרעסטע פֿלעקן איז זיך מעגלעך אָפּצוּוואַשן.

נאָך משה רבינוס פּטירה איז יהושע בן נון געוואָרן דער נײַער מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער באַשעפֿער האָט אים אָנגעזאָגט אַריבערצוגיין דעם ירדן און אַרײַנצופֿירן די ייִדן קיין ארץ־כּנען. גלײַך נאָכן אָנזאָג האָט ער אַרויסגעשיקט צוויי מרגלים; לויטן מדרש, זענען דאָס געווען פּנחס און כּלבֿ בן יפֿונה.

ווען כּלבֿ און פּנחס זענען אַרײַנגעדרונגען אין דער שטאָט יריחו, האָבן זיי זיך אויסבאַהאַלטן אין דער שטוב פֿון רחבֿ, אַן אָרטיקע זונה. שפּעטער, גיבן איבער די חז״ל, האָט יהושע זי מגייר געווען און מיט איר חתונה געהאַט. לויטן מדרש, זענען צווישן אירע קינדסקינדער געווען יחזקאל, ירמיהו — דער מחבר פֿונעם דערמאָנטן פּסוק וועגן „מקוה ישׂראל‟ — און חולדה הנבֿיאה, איינע פֿון די זיבן פֿרויען, וואָס ווערן, לויט דער ייִדישער טראַדיציע, פֿאַררעכנט ווי נבֿיאים. אויפֿן סמך פֿונעם תּרגום־יונתן, שילדערט זי רש״י בלויז ווי אַ בעל־הביתטע פֿון אַ האָטעל. די חז״ל זענען אָבער מסכּים מיטן פּשוטן פּשט און זאָגן, אַז זינט 10 יאָר אַלט ביז איר גיור און חתונה מיט יהושע צו 50 יאָר האָט רחבֿ די גאַנצע צײַט געזינדיקט.

קיין פּינקטלעכע כראָנאָלאָגיע, ווען יהושע האָט חתונה געהאַט מיט רחבֿ, האָבן מיר נישט. לויטן חשבון פֿון אַ צאָל מפֿרשים, האָבן כּלבֿ און פּנחס זיך געלאָזט קיין ירוחו דעם 7טן ניסן — דעם הײַנטיקן ערבֿ־שבת. דעם 7טן אָדר איז משה רבינו ניפֿטר געוואָרן; נאָך משהס שלושים, מיט אַ חודש שפּעטער, האָט יהושע גלײַך אַרויסגעשיקט די מרגלים. לויטן מדרש „סדר עולם‟, האָבן ייִדן שוין באַלאַגערט יריחו דעם ערשטן טאָג חול־המועד פּסח. באַלד נאָך פּסח זענען די ווענט פֿון דער שטאָט על־פּי־נס געפֿאַלן.

דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט איבערצונעמען ארץ־כּנען אויף אַ ברוטאַלן אופֿן, ווײַל די דאָרטיקע געזעלשאַפֿט איז געווען באַזונדערס פֿאַרדאָרבן. פֿאַרוואָס זשע האָט יהושע, זײַענדיק אַן אַחריותדיקער גײַסטיקער מנהיג, חתונה געהאַט דווקא מיט אַזאַ פֿרוי?

ווי געזאָגט, איז תּשובֿה — די געטלעכע אוניווערסאַלע מיקווה — מסוגל מטהר צו זײַן אַ מענטשן פֿון אַלע פֿריִערדיקע פֿלעקן. דאָס מוזן געדענקען די, וואָס קוקן אַראָפּ אויף די הײַנטיקע גרים און בעלי־תּשובֿה ווי אויף „צווייט־ראַנגיקע‟ ייִדן. אַדרבה, זעען מיר דאָך, אַז נישט געקוקט אויף איר צווייפֿלהאַפֿטיקער ביאָגראַפֿיע האָט רחבֿ זוכה געווען צו ווערן „די ערשטע פֿרוי‟ פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק אין איר דור.

הגם די מעשׂה פֿון איר זיווג מיט יהושע בן נון, וואָס שטאַמט פֿון דבֿרי־חז״ל, איז נישט באַקאַנט אין דער קריסטלעכער אייראָפּע, איז רחבֿ אויך געוואָרן אַ פּאָפּולערע העלדין אין דער אייראָפּעיִשער קונסט ווי אַ סימבאָל פֿון תּשובֿה. אין דער גמרא שטייט געשריבן, אַז צוזאַמען מיט שׂרה, אַבֿיגיל און אסתּר, איז זי געווען איינע פֿון די שענסטע ייִדישע פֿרויען אויף דער וועלט.

שײַכותדיקער אַרטיקל:

https://yiddish2.forward.com/node/2333.html”https://yiddish2.forward.com/node/2333.html



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.