ייִדיש־אויסשטעלונג בײַם קאַנאַדער שפּראַכן־מוזיי

Yiddish Exhibit at the Canadian Language Museum

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 11, 2019.
Ashkenaz Foundation

די „אַשכּנז־פֿונדאַציע‟, צוזאַמען מיטן „קאַנאַדער שפּראַכן־מוזיי‟ און דער ייִדיש־קאָמיטעט בײַם טאָראָנטער ייִדישן קהילה־צענטער אָרדענען אײַן אַ ריי אַקטיוויטעטן און אַן אויסשטעלונג געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

אין דער אויסשטעלונג, וואָס מע קען זען ביזן 27סטן יוני, געפֿינט מען אַן אָריגינעלע קלאַנג־פֿאָרשטעלונג פֿונעם בערלינער קלעזמער־מוזיקער פּאָל בראָדי, וואָס וועבט צונויף רעקאָרדירונגען, אין וועלכע אַכט מענטשן פֿון טאָראָנטאָ און אומגעגנט רעדן וועגן ייִדישע ברכות און קללות. בראָדי האָט קאָמפּינירט מוזיק צו באַגלייטן די ייִדישע אידיאָמען אויף אַזאַ אופֿן, אַז מע קען הערן די מוזיקאַלישקייט פֿון דער שפּראַך אויסגעדריקט דורך די נאָטן. די אויסשטעלונג נעמט אויך אַרײַן אַ סעריע פּלאַקאַטן, וואָס לערנען ווי אַזוי צו לייענען דעם אלף־בית און דערציילן וועגן דעם חדר פֿון אַמאָל. די פּלאַקאַטן האָבן געשאַפֿן מרים באָרדען.

צוזאַמען מיט דער אויסשטעלונג פֿירט מען דורך אַ ריי אַקטיוויטעטן, וואָס מע רופֿט אָן אַ „פֿרילינג פֿון ייִדיש‟.

יעדן דינסטיק, 7:30 אין אָוונט בײַם ייִדישן קהילה־צענטער, וועט דער אַקטיאָר דוד גייל אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט פֿון ייִדישע דערציילונגען.

זונטיק, דעם 14טן אַפּריל, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג, וועט בנימין שעכטער, דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟, אָנפֿירן מיט אַ זינגערײַ אין דער שיל „בית־תּקוה‟.

זונטיק, דעם 28סטן אַפּריל, וועט אַנאַסטאַזיע ליובאַס האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער הײַנטיקער וועלט פֿון ייִדיש, אַרײַנגערעכנט פּאָדקאַסטן און נײַע ייִדישע לידער.

דאָנערשטיק, דעם 16טן מײַ, 1:30 נאָכמיטאָג, וועט בײַם ייִדישן קהילה־צענטער פֿאָרקומען אַ קאָנצערט לזכר דעם פּאָעט שׂימחה סימכאָוויטש ז׳׳ל. עס וועלן אויפֿטרעטן דער זינגער זשערי קיין און דער חזן סידני עזער.

זונטיק, דעם 19טן מײַ, וועלן די פֿידלער דזשעף וואַרשאַוער און דבֿורה שטראַוס אָנפֿירן מיט אַ סעריע רעפֿעראַטן בײַם „קאַנאַדער שפּראַכן־מוזיי‟ לכּבֿוד דעם אינטערנאַנציאָנאַלן פֿידלטאָג. מע וועט לערנען וועגן דער געשיכטע פֿון דער קלעזמער־מוזיק און דער ראָלע פֿונעם פֿידל אין דער ייִדישער מוזיק.

דאָנערשטיק, דעם 30סטן מײַ, 8 אַ זייגער אין אָוונט, וועט דניאל קאַהן אויפֿטרעטן צוזאַמען מיט זײַן קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל‟ בײַם Lula Lounge.

דינסטיק, דעם 18טן יוני, 1 אַ זייגער נאָכמיטאָג, וועט ד׳׳ר אַנאַ שטערנשיס אויפֿטרעטן מיט אַ רעפֿעראַט וועגן די פֿאַרגעסענע ייִדישע קאַמפֿלידער פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: http://www.ashkenaz.ca/event/yiddish-spring-events/.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.