װי פּױלן האָט ראַדיקאַליזירט יונגע ייִדן דורך דערציִונג־פּאָליטיק

How Poland Radicalized Young Jews By Its Education Policy

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 12, 2019.

די ייִדישע יוגנט, װאָס איז אױפֿגעװאַקסן אין פּױלן אין די 1920ער־1930ער יאָרן, איז געװען „דער ערשטער און דער אײנציקער דור ייִדן, װאָס איז אױסגעפֿורעמט געוואָרן אונטער דער השפּעה פֿון די פּױלישע מלוכישע דערציִונג־אַנשטאַלטן‟, שרײַבט דער היסטאָריקער קאַמיל קייִעק אין זײַן גרונדיקער שטודיע „קינדער פֿון מאָדערניזם: באַװוּסטזײַן, קולטור און פּאָליטישע סאָציאַליזירונג פֿון דער ייִדישער יוגנט אין דער צװײטער פּױלישער רעפּובליק‟. קייִעק טענהט, אַז די סתּירותדיקײט פֿון דער פּױלישער מלוכישער פּאָליטיק לגבי ייִדישער דערציִונג האָט גורם געװען אַ שטאַרקע פּאָליטישע ראַדיקאַליזירונג פֿונעם יונגן דור פּױלישע ייִדן.

פֿון אײן זײַט, האָט די פּױלישע רעגירונג געשטרעבט צו דערציִען יונגע ייִדן, װי אױך מיטגלידער פֿון אַנדערע מינאָריטעטן װי אוקראַיִנער, װײַסרוסן, דײַטשן, פֿאַר געטרײַע פּױלישע פּאַטריאָטן. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן די פּױלישע לערנביכער און לערער אָבער כּסדר באַטאָנט, אַז בלױז די קאַטױלישע פּאָליאַקן געהערן צו דעם עכטן פּױלישן פֿאָלק. ייִדן זײַנען כּסדר אױסגעמאָלט געװאָרן װי נעגאַטיװע געשטאַלטן, סײַדן זײ האָבן מיטגעהאָלפֿן מיט די פּאָליאַקן צו קעמפֿן פֿאַר פּױלישער אומאָפּהענגיקײט. דאָס האָט גורם געװען אַ מין אינעװײניקע צעשפּאַלטונג אינעם מוח און אין דער נשמה פֿון די ייִדישע יונגע לײַט. זײ האָבן זיך שטאָלצירט מיט דער פּױלישער קולטור, שפּראַך און געשיכטע, אָבער דערבײַ האָבן זײ זיך געפֿילט אױסגעשלאָסן פֿונעם נאַציאָנאַלן פּױלישן כּלל.

ייִדן האָבן געשאַפֿן אין פּױלן אַ פֿאַרצװײַגט נעצװערק פֿון װעלטלעכע און רעליגיעזע שולן אױף ייִדיש, פּױליש און העברעיִש. אָבער, װי עס באַװײַזט קייִעק אױפֿן סמך פֿון סטאַטיסטיק, האָבן אַרום זיבעציק פּראָצענט ייִדישע קינדער זיך געלערנט דװקא אין פּױלישע מלוכישע שולן. די סאַמע צוטריטלעכע זײַנען געװען די אַזױ־גערופֿענע „שאַבאַסוּװקעס‟, װאָס האָבן ניט געהאַט קײן לימודים אום שבת. אָבער מלוכישע שולן פֿון העכערע ראַנגען זײַנען געװען צוטריטלעך ניט פֿאַר אַלעמען, און דערצו האָט מען געדאַרפֿט באַצאָלן פֿאַר זײ. זײער שׂכר־לימוד איז אָבער סײַ װי געװען נידעריקער אײדער אין די פּריװאַטע ייִדישע שולן. חוץ דעם האָבן ייִדישע שולן ניט געגעבן קײן גילטיקע אַטעסטאַטן פֿאַר אוניװערסיטעטן. די מלוכה האָט בכּיװן ניט געלאָזט ייִדן שטודירן אױף דאָקטער, אַדװאָקאַט אָדער פּראָפֿעסאָר.

דער פּועל־יוצא פֿון דער דאָזיקער בילדונג־פּאָליטיק איז געװען ייִאוש און כּעס, װאָס האָבן געשטופּט די יונגע ייִדן אין דער ריכטונג פֿון פּאָליטישן ראַדיקאַליזם. זײ האָבן זיך ראַשיק אָנגעכאַפּט אין כּלערלײ פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס און באַװעגונגען, אַבי ראַדיקאַל: קאָמוניסטישע, סאָציאַליסטישע, ציוניסטישע. יונגע ייִדן זײַנען ניט געװען צופֿרידן מיט זײער שפֿלדיקן מצבֿ אין פּױלן און האָבן אַרױסגעקוקט אױף אַ גאולה אין דער פּראָלעטאַרישער רעװאָלוציע אָדער אין דער עליה קײן ארץ־ישׂראל.

די פּאָליטישע ראַדיקאַליזירונג האָט געהאַט אױך קולטורעלע רעזולטאַטן. הײַנט האַלט מען די תּקופֿה צװישן בײדע װעלט-מלחמות פֿאַר אַ בלי־צײַט פֿון ייִדישן מאָדערניזם. אָבער דאָס האָט אַ פּנים ניט געהאַט קײן שטאַרקע השפּעה אױף דער ייִדישער יוגנט אין פּױלן. יונגע לײַט האָבן געהאַט אַ קנאַפּע השׂגה װעגן פּרץ מאַרקיש אָדער אורי־צבֿי גרינבערג. אַפֿילו אין װילנע, װאָס האָט געשמט װי אַ צענטער פֿון דער נײַער ייִדישער קולטור, האָבן די יונגע ייִדן ניט געלײענט די דיכטער פֿון דער גרופּע „יונג־װילנע‟. אַנשטאָט דעם האָבן זײ שטודירט פּאָליטישע ליטעראַטור און געקליבן הנאָה פֿון „שונד‟.

קייִעק נוצט פֿאַרשידנאַרטיקע מקורים פֿאַר זײַן שטודיע, צװישן זײ — די אױטאָביאָגראַפֿיעס פֿון יונגע לײַט וואָס זענען צוגעשיקט געוואָרן דורך אַ קאָנקורס אין ייִװאָ פֿון פֿאַרשידענע שטעט און שטעטלעך פֿון פּױלן. גענומען אין אײנעם, שילדערן זײ אַ רײַכן און קאָלירפֿולן בילד פֿון דעם לעבן, די האָפֿענוגען און חלומות פֿון זײערע מחברים. קייִעק ציט פֿון די דאָזיקע טעקסטן אַרױס װיכטיקע פֿאַקטישע אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער יוגנט אין פּױלן ערבֿ דעם חורבן.

בײַם שלוס פֿון זײַן פּרטימדיקן אַנאַליז קומט קייִעק צו אַן אױספֿיר, אַז די פּאָליטיק פֿון דער פּױלישער מלוכה לגבי ייִדן לאָזט זיך באַשרײַבן מיטן טעאָרעטישן באַגריף פֿון „סימבאָלישער אױסשליסונג‟. די פּױלישע פּאָליטיקער, שרײַבט קייִעק, האָבן אידעאָלאָגיש פֿאַרקניפּט מלוכישן פּאַטריאָטיזם מיט פּױלישער פֿאָלקסטימלעכקײט, װאָס איז במילא געװען פֿאַרבונדן מיטן קאַטױלישן קריסטנטום. דערפֿאַר איז די כּװנה פֿון דער מלוכישער פּאָליטיק אױפֿן געביט פֿון ייִדישער דערציִונג געװען אַ סתּירותדיקע: צו מאַכן יונגע ייִדן געטרײַ דער פּױלישער מלוכה, אָבער דערבײַ אױסשליסן זײ פֿונעם נאַציאָנאַלן פּױלישן כּלל. די פּױלישע לערנביכער האָבן אָדער אין גאַנצן ניט דערמאָנט די ייִדן, אָדער באַטאָנט זײער אָפּגעפֿרעמדקײט פֿון דעם פּױלישן פֿאָלק.

„קינדער פֿון מאָדערניזם‟ איז ניט בלויז אַ װיכטיקער בײַטראָג אין דער ייִדישער געשיכטע. דאָס דאָזיקע בוך איז אַ טײל פֿון דער נײַער שיטה פֿון ייִדישער פֿאָרשונג אין פּױלן, װאָס ברענגט ייִדן אַרײַן אינעם גערעם פֿון דער פּױלישער געשיכטע. מען קאָן באַצייכענען דעם דאָזיקן צוגאַנג „סימבאָלישע אײַנשליסונג‟, װי אַ פּרוּװ צו רעכט צו מאַכן דעם היסטאָרישן אומיושר, װאָס די פּױלישע געזעלשאַפֿט איז באַגאַנגען לגבי פּױלישע ייִדן פֿאַר דער מלחמה.