ארז לוי וועט באַקומען „מאַקס צוקערמאַן־פּריז‟

Erez Lévy To Receive Max Cukierman Prize

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 17, 2019.
ארז לוי
Forverts Montage/ Medem Centre Arbeter Ring
ארז לוי

יעדעס יאָר אין פּאַריז, בעת אַ פֿײַערלעכער צערעמאָניע אינעם ראָטהויז פֿונעם 4טן „אַראָנדעסמאָנט‟ (שטאָט־ראַיאָן), טיילט מען צו אַ פּרעמיע לטובֿת דערגרייכונגען אויפֿן געביט פֿון ייִדיש. די פּרעמיע, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿונעם ייִדישן זשורנאַליסט מאַקס צוקערמאַן ז׳׳ל — אַ געוועזענער לאַנגיאָריקער מיטאַרבעטער אין דער פּאַריזער ייִדישער צײַטונג „אונדזער וואָרט‟ — ווערט אײַנגעאָרדנט דורך CRIF, די דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון די ייִדן אין פֿראַנקרײַך. מאַקס צוקערמאַנס זון, ראָדזשער, איז פֿריִער געווען דער פֿאַרוואַלטער פֿון CRIF און דינט הײַנט ווי דער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟. ער, זײַן ברודער הענרי, און זײַן זון עדואַרד, זענען אָנגעזעענע באַנקירער. ראָדזשער און הענרי צוקערמאַן האָבן געגדרינדעט די פּרעמיע אין 1982.

לעצטנס האָט דער זשורי פֿון דער „מאַקס צוקערמאַן־פּריז‟ געלאָזט וויסן, אַז מע וועט די הײַיאָריקע פּרעמיע צוטיילן דעם איבערזעצער, ארז לוי. לוי, וואָס אַרבעט בײַם „מעדעם־צענטער — אַרבעטער־רינג‟, איז באַקאַנט ניט בלויז פֿאַר זײַנע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף פֿראַנצייזיש, נאָר אויך פֿאַר זײַן אַרבעט ווי אַ קאָמפּיוטער־טעכניקער. פֿאַרן „מעדעם־צענטער — אַרבעטער־רינג‟ האָט ער געשאַפֿן אַ קאַטאַלאָג פֿון אַלע ביכער, וואָס געפֿינען זיך אין זײַן ביבליאָטעק. ער פֿירט אויך אָן מיט אַ ייִדיש־שפּראַכיקן לייענקרײַז בײַם „מעדעם־צענטער — אַרבעטער־רינג‟ און לערנט קאָמפּיוטער־קלאַסן און ווי אַזוי צו מאַכן אַנימירטע פֿילמען. כּדי צו זען אַן אינטערוויו מיט ארז לוי אויף ייִדיש קוועטשט דאָ.

די צוטיילונג פֿון דער פּרעמיע וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 25סטן יוני, 6 אַ זייגער אין אָוונט.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://www.facebook.com/permalink.php?story_fbid=2070852519873751&id=1728126034146403.