ייִדיש־אַנאַרכיזם איז נישט קיין „פֿאַרגעסענע‟ טראַדיציע

Yiddish Anarchism Is Not a "Forgotten" Tradition

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 22, 2019.
עמאַ גאָלדמאַן
Getty Images/Forverts Montage
עמאַ גאָלדמאַן

דעם 10טן אַפּריל איז אינעם ייִדישן קהילה־צענטער „אָשר־מאַרין‟, אין דער שטאָט סאַן־ראַפֿאַעל, קאָליפֿאָרניע, פֿאָרגעקומען די שלוס־לעקציע פֿון ד״ר עליין לידער וועגן אַנאַרכיזם און אַנדערע ראַדיקאַל־לינקע באַוועגונגען בײַ ייִדן.

ד״ר לידער איז אַ פּענסיאָנירטע פּראָפֿעסאָרין פֿונעם שטאָט־אוניווערסיטעט אין סאָנאָמאַ, קאַליפֿאָרניע. פֿריִער האָט זי געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָרין אינעם איטאַקאַ־קאָלעדזש, ניו־יאָרק. אַליין האַלט זיך ד״ר לידער ווי אַן אַנאַרכיסטיש־געשטימטע לינקע פֿרוי. די לעקציע איז געווען די לעצטע אין אַ וועכנטלעכער סעריע פֿון פֿיר לעקציעס אויף דער טעמע.

מיט דריטהאַלבן חדשים פֿריִער, דעם 20סטן יאַנואַר, איז אין ייִוו״אָ פֿאָרגעקומען אַ גאַנצע קאָנפֿערענץ באַטיטלט „ייִדיש־אַנאַרכיזם: נײַע פֿאָרשונגען פֿון אַ פֿאַרגעסענער טראַדיציע‟. דער חילוק צווישן דעם עטוואָס אומגעלומפּערטן טערמין „ייִדיש־אַנאַרכיזם‟ און דעם אַלגעמיינעם ייִדישן אַנאַרכיזם באַשטייט אינעם שײַכות צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. נישט אַלע ייִדן־אַראַרכיסטן זענען ייִדישע שרײַבער, פּאָעטן צי זשורנאַליסטן. צו באַצייכענען דעם ייִדישן אַנאַרכיזם ווי אַ „פֿאַרגעסענע‟ טראַדיציע איז אָבער געווען אַ ביסל אומיושרדיק. אַדרבה, אויב די באַטייליקטע, אַרײַנגערעכנט בפֿירושע אַנאַרכיסטן, האָבן גערעדט אַ גאַנצן טאָג אויף דער טעמע, איז עס דאָך אַ קלאָרע ראיה, אַז ייִדיש־אַנאַריכיזם לעבט ווײַטער.

לאָמיר דערמאָנען אַן אַנדער בײַשפּיל. דעם 27סטן פֿעברואַר איז אויף דער ייִדישיסטישער וועבזײַט „אין געוועב‟ פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ לאַנגער באַלערנדיקער אַרטיקל פֿון ד״ר אַנאַ־עלענאַ טאָרעס וועגן הרבֿ יעקבֿ־מאיר זאַלקינד. זאַלקינד איז געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם און אַן אַנאַרכאָ־קאָמוניסט. דערצו איז ער געווען אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿונעם באַרימטן אַנאַרכיסט רודאָלף ראָקער — אַ דײַטש, נישט קיין ייִד, וועלכער האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש, זיך פֿאַרליבט אין אונדזער שפּראַך און אָנגעשריבן אויף ייִדיש עטלעכע ביכער. להיפּוך צום קאָסמאָפּאָליטישן און אַטעיִסטישן צוגאַנג פֿון ס׳רובֿ אַנאַרכיסטן אין זײַן תּקופֿה, האָט דער אַנאַרכיסטישער רבֿ זאַלקינד קאָמבינירט אַ פּרינציפּיעלע איבערגעגעבנקייט אי צו דער טראַדיציאָנעלער פֿרומער ייִדישקייט, אי צו דער אַלגעמיינער סעקולערער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג.

קיין זעלטענער יוצא־מן־הכּלל איז זאַלקינד אין זײַן צײַט נישט געווען. אַ ריי אַנדערע רבנים און באַקאַנטע פֿרומע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט דעם גרויסן מקובל רבי יהודה־לייב אַשלג, האָבן אויך געשטיצט פּראָ־אַנאַרכיסטישע געדאַנקען. ווי אַנדערע פֿאַלן, קאָן מען דערמאָנען דעם באָברוּיסקער חסידישן מיסטיקער הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו, דעם פֿרומען פֿילאָסאָף הלל צײַטלין, דעם תּל־אָבֿיבֿער הויפּט־רבֿ משה־אַבֿיגדור עמיאל און דעם ליובאַוויטשער דענקער הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן.

ד״ר ספּענסער סאָנשײַן, אַן אַמעריקאַנער אַנאַרכאָ־אַקטיוויסט און שרײַבער וואָס האָט געהאַלטן די אַרײַנפֿיר־לעקציע אויף דער ייִוואָ־קאָנפֿערענץ, האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟ אַז אין ייִוואָ געפֿינט זיך הײַנט אַ ממשותדיקער אינטערעס צום ייִדישן אַרבעטער בונד, צום ייִדיש־אַנאַרכיזם און אַנדערע ייִדישע לינקע באַוועגונגען.

סאָנשײַן האָט אויך געזאָגט, אַז קליינע גרופּעס רעכטע אַקטיוויסטן פֿאַרזאַמלען זיך פֿון צײַט צו צײַט אַרום דעם ייִוו״אָ־בנין, כּדי צו שטערן די אונטערנעמונגען, וואָס האָבן צו טאָן מיט לינקע און אַנאַרכיסטישע ייִדן. נאָך אַ ראַיה, אַז געוויסע פּאַרשוינען האָבן נאָך אַלץ מורא פֿאַרן לעבעדיקן ייִדיש־אַנאַרכיזם.

ייִדיש־אַנאַרכיסטישע נטיות זענען אויך פֿאַרשפּרייט אויף אַנדערע ערטער: אין דער פּאַריזער מעדעם־ביבליאָטעק; צווישן די תּלמידים פֿונעם „מכון־הדר‟ — אַ ניו־יאָרקער נישט־דענאָמינאַציאָנעלע ישיבֿה און אין דער לאָנדאָנער גרופּע Jewdas. אַן אַנדער מוסטער איז די „ייִדיש־פֿאַרם‟ אין גאָשען, שטאַט ניו־יאָרק. ישׂראל באַס, איינער פֿון די הויפּט־גרינדער פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט, שטרעבט ממשיך צו זײַן די פּראָ־אַנאַרכיסטישע שיטה פֿון חיים זשיטלאָווסקי.

טאָרעס, די מחברטע פֿונעם דערמאָנטן עסיי וועגן הרבֿ זאַלקינד, האָט זיך אויך באַטייליקט אין דער ייִוואָ־קאָנפֿערענץ וווּ זי האָט דערציילט וועגן דער אַנאַרכיסטישער עסטעטיק אין ייִדישער פּאָעזיע. די אַמאָליקע לינקע באַוועגונגען האָבן ממשותדיק משפּיע געווען און זענען ביז הײַנט משפּיע אויף דעם סטיל פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.

און אָט איז נאָך אַ לעבעדיקער בײַשפּיל פֿון עטלעכע יאָר צוריק: בעת די ניו־יאָרקער געצעלט־פּראָטעסטן „אָקופּירט וואָל־סטריט‟ אין 2011 און 2012, האָב איך עטלעכע מאָל געהערט פֿון פֿאַרשיידענע אַקטיוויסטן — לאַוו־דווקא ייִדן — אַז אין אַמעריקע זענען פֿאַראַן ייִדן־אַנאַרכיסטן, וואָס רעדן און שרײַבן אויף ייִדיש — „אויף דזשויִש‟, ווי עטלעכע מענטשן האָבן זיך אויסגעדריקט. אַ צאָל ייִדיש־רעדער, אַרײַנגערעכנט יונגע אַנאַרכיסטיש־געשטימטע סטודענטן, האָבן זיך טאַקע באַוויזן אויף די פּראָטעסטן.

שײַכותדיקע אַרטיקלען:

https://yiddish2.forward.com/node/1323.html

https://yiddish2.forward.com/node/827.html