אָשר לוי – דער ערשטער ניו־יאָרקער שוחט

Asser Levy, First Jewish Butcher in New York

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 08, 2019.
דער היסטאָרישער מרחץ אויפֿן נאָמען פֿון אָשר לוי אין מאַנהעטן
Wikimedia Commons
דער היסטאָרישער מרחץ אויפֿן נאָמען פֿון אָשר לוי אין מאַנהעטן

דער הײַנטיקער שבת פֿאַלט אויס דעם טאָג, ווען אָשר לוי — אַ ייִד אין ניו־אַמסטערדאַם (דער אַמאָליקער נאָמען פֿון ניו־יאָרק) — האָט אין 1678, דעם זיבעטן טאָג אינעם חודש אייר, געעפֿנט די ערשטע שחיטה־פֿאַבריק אינעם דרום־מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון מאַנהעטן, אויפֿן פּלאַץ פֿונעם הײַנטיקן וואָל־סטריט. ער איז געווען איינער פֿון די ערשטע קצבֿים מיט אַן אָפֿיציעלער ליצענץ אין דער גאַנצער האָלענדיש־אַמעריקאַנער קאָלאָניע. דאָס איז געווען איינער פֿון די ערשטע סימנים פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער שטאָט. אין דער זעלבער געגנט האָט ער אויך געעפֿנט אַ שענק — איינעם פֿון די ערשטע רעסטאָראַנען מיט אַ ייִדישן אייגנטימער אינעם לאַנד.

צוליב אָשר לויס חשובֿן בײַשטײַער צום קוואַליטעט פֿון לעבן אין דער קאָלאָניע, האָט ניו־יאָרק מיט יאָרן שפּעטער, אין 1906-1904, אויפֿגעשטעלט אַן עפֿנטלעכער מרחץ אויף זײַן נאָמען: Asser Levy Public Baths, וואָס געפֿינט זיך עד־היום אין דער וואָל־סטריט־געגנט, כאָטש איצט דינט ער בלויז ווי אַ שטאָטישער אַרכיטעקטור־דענקמאָל, נישט ווי אַ באָד. דער בית־המרחץ איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן לויטן פּלאַן פֿונעם אַרכיטעקט אַרנאָלד ברונער, וועלכער האָט אויך געשאַפֿן די ספֿרדישע שיל „שארית־ישׂראל‟, די עלטסטע שיל אין ניו־יאָרק.

די אָרעמע לײַט, וועלכע האָבן נישט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו גיין אין אַ באַצאָלטן פּריוואַטן באַסיין, פֿלעגן זיך דאָרטן באָדן אָנהייב 20טן יאָרהונדערט. דאָס האָט געהאָלפֿן אויסמײַדן אַ סך היגיענישע פּראָבלעמען אין דער שטאָט.

אַחוץ דעם היסטאָרישן מרחץ אין מאַנהעטן, טראָגט אַ פּאַרק אין קאָני־אײַלאַנד, ברוקלין אויך.

ווער איז טאַקע געווען דער אָשר לוי? מע איז זיך משער, אַז ער איז געווען אַ ווילנער ייִד, וועלכער האָט זיך באַזעצט אין אַמסטערדאַם אינעם 17טן יאָרהונדערט. ווי באַלד דער הײַנטיקער ניו־יאָרק איז דעמאָלט געווען אַ האָלענדישע קאָלאָניע, האָט ער באַשלאָסן אויסצופֿאָרשן די „נײַע וועלט‟. אין סעפּטעמבער 1654 איז ער אָנגעקומען אין נײַ־אַמסטערדאַם.

אין 1655 איז לוי געווען גרייט צו באַשיצן די האָלענדישע טעריטאָריע בעת איר מיליטערישן אָנפֿאַל אויף דער שוועדישער קאָלאָניע בײַם טײַך דעלאַווער. די אַנטיסעמיטישע רעגירונג פֿון נײַ־אַמסטערדאַם, בראָש מיט פּיטער סטײַוועסאַנט, האָט אָבער נישט געלאָזט ייִדן דינען ווי זעלנער. די קאָלאָניעלע רעגירונג האָט געפּסקנט, אַז אַנשטאָט דינען אין דער אַרמיי מוזן ייִדן באַצאָלן אַ ספּעציעלן חודשלעכן שטײַער. לוי מיט זײַנע חבֿרים האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו צאָלן; נאָך אַן אַפּעלאַציע צו דער רעגירונג אין האָלאַנד האָט ער באַקומען דאָס רעכט צו דינען ווי אַ גרענעץ־סאָלדאַט צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע בירגער פֿון דער קאָלאָניע. אין 1657 האָט ער זיך דערשלאָגן, אַז ייִדן אין דער קאָלאָניע זאָלן באַקומען גלײַכע בירגער־רעכט.

אויף וויפֿל מע ווייסט, איז אָשר לוי אויך געווען דער ערשטער ייִדישער בעל־הבית פֿון אַן אייגן הויז אינעם גאַנצן שטאַט ניו־יאָרק. זײַן גרויסער פֿאַרמעגן האָט זיך געפֿונען אין פֿאָרט־אָראַנדזש — הײַנט אָלבאַני, די הויפּטשטאָט פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק.

זײַנע מיטצײַטלער גיבן איבער, אַז ער האָט ליב געהאַט זיך צו קריגן אין געריכטן. פֿון דעסט וועגן, ווי עס זעט אויס, האָט ער געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַן ערנסטן, ערלעכן מענטש. זײַנע ברידער־ייִדן האָט ער כּסדר אַרויסגעהאָלפֿן, באַצאָלנדיק זייערע קנסן.