ל״ג־בעומר – אַ בײַשפּיל פֿון קולטור־סינטעז?

Lag BaOmer: Example of Cultural Synthesis?

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 20, 2019.
קינדער בײַם ל״ג־בעומרדיקן פֿײַער אין תּל־אָבֿיבֿ
Wikimedia Commons
קינדער בײַם ל״ג־בעומרדיקן פֿײַער אין תּל־אָבֿיבֿ

הײַיאָר פֿאַלט אויס ל״ג־בעומר דעם 23סטן מײַ. אָפֿט שטימט ער אָבער מיט פֿאַרשיידענע נישט־ייִדישע פֿרילינג־חגאָות איבער אייראָפּע ווי למשל אין ענגלאַנד, שוועדן און אירלאַנד וווּ מע פּראַוועט דעם ערשטן מײַ מיט גרויסע שײַטערס.

איז עס אַ צופֿאַל? ל״ג־בעומר איז דער איינציקער יום־טובֿ אינעם ייִדישן לוח, וואָס זײַן עצם־געשיכטע בלײַבט אַ רעטעניש. אין גמרא ווערט ער בכלל נישט דערמאָנט. אין דער מיטל־עלטער האָט זיך פֿאַרשפּרייט די לעגענדע, אַז אינעם דאָזיקן טאָג האָט זיך פֿאַרענדיקט די מגפֿה, בעת וועלכער עס זענען געשטאָרבן 24,000 תּלמידים פֿון רבי עקיבֿא. אַ טייל היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז אין דער מעשׂה שפּיגלען זיך אָפּ געוויסע געשעענישן פֿון בר־כּוכבֿאס אויפֿשטאַנד.

הײַנט ווערט ל״ג־בעומר אַסאָציִיִרט, דער עיקר, מיטן יאָרצײַט פֿון רבי שמעון בר יוחאי, דער לעגענדאַרער מחבר פֿונעם ספֿר־הזוהר. ס׳רובֿ וועלטלעכע היסטאָריקער גלייבן, אַז דער אמתער מחבר פֿונעם דאָזיקן קלאַסישן קבלה־ספֿר איז געווען רבי משה די ליאון, אַ שפּאַנישער מקובל פֿונעם 13טן יאָרהונדערט.

פֿון וואַנען עס נעמט זיך דער מינהג אָנצוצינדן גרויסע שײַטערס לכּבֿוד ל״ג־בעומר בלײַבט נישט קלאָר. די מקובלים אַסאָציִיִרן דעם מינהג מיט רבי שמעונען און ממילא מיטן זוהר. בײַ די ריזיקע שײַטערס אין מירון, נישט ווײַט פֿון צפֿת, וווּ עס געפֿינט זיך רבי שמעונס קבֿר, פֿאַרזאַמלען זיך יעדעס יאָר הונדערטער טויזנטער ייִדן. לויט אַ באַקאַנטער מעשׂה, האָט דער דאָזיקער תּנא געהייסן מע זאָל פּראַווען זײַן יאָרצײַט ווי אַ פֿײַערדיקע שׂימחה, „הילולא‟. דער מקור פֿון דער מעשׂה איז אַ שפּעטערדיקער — דער צפֿתער מקובלים־קרײַז פֿון רבי יצחק לוריא, ווידער פֿאַרבונדן מיטן ספֿר־הזוהר.

היסטאָריש גערעדט, איז מירון געווען לאַוו־דווקא דער גרעסטער צענטער פֿון ל״ג־בעומרדיקע שׂימחות. פֿאַר די צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן איז אַזאַ צענטער געווען — און בלײַבט אין אַ ממשותדיקער מאָס נאָך אַלץ — די אוראַלטע שיל אויפֿן טוניסער אינדזל דזשערבע. בערך 1,400 ייִדן וווינען הײַנט אויפֿן אינדזל, און טויזנטער ספֿרדישע ייִדן קומען אַהין יעדעס יאָר צו פּראַווען ל״ג־בעומר.

צום ערשטן מאָל ווערט ל״ג־בעומר דערמאָנט אינעם ספֿר „המנהיג‟. דער מחבר, הרבֿ אַבֿרהם בן נתן, האָט געוווינט אין פּראָוואַנס, אינעם 12טן יאָרהונדערט. אַ באַקאַנטער פֿריִיִקער קוואַל פֿון דער מעשׂה וועגן רבי עקיבֿאס געראַטעוועטע תּלמידים איז רבי מנחם מאירי — אויך אַ באַרימטער דרום־פֿראַנצויזישער תּלמיד־חכם פֿונעם 14טן יאָרהונדערט. בײַ אַ ריי אייראָפּעיִשע פֿעלקער זענען באַקאַנט מײַ־פֿעסטיוואַלן, וואָס מע פּראַוועט טאַנצנדיק אַרום גרויסע שײַטערס. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, אַז די אַמאָליקע פֿראַנצייזישע ייִדן האָבן אָפּגעטײַטשט אויף זייער אייגענעם אופֿן עפּעס אַן אָרטיקן נישט־ייִדישן פֿרילינג־מינהג.

וואָס שייך דעם זוהר, האָבן די פֿאָרשער אָנגעוויזן, אַז געוויסע עלעמענטן זענען דאָרטן גאָר אַלט. ס׳איז אויך שווער צו גלייבן, אַז אַ מיטל־עלטערלעכער ספֿרדישער רבֿ האָט פּלוצעם אַליין אָנגעשריבן אַזאַ מאָנומענטאַל פֿיל־בענדיק ווערק אויף אַראַמיש. ס׳קאָן זײַן, אַז ער האָט רעדאַגירט זייער אַלטע טעקסטן, צוגעבנדיק פֿון צײַט צו צײַט שפּאַנישע ווערטער און אַנדערע שפּעטערדיקע עלעמענטן. אַזוי צי אַנדערש, זענען אין דער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן ספֿר פֿאַראַן אינטערעסאַנטע מאָמענטן פֿון אומגעריכטן קולטור־סינטעז.

אין דער „ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟ דריקן יוסף דזשייקאָבס און יצחק ברוידע אויס די השערה אַז דער זוהר האָט אַ שײַכות צו פּערסיע. מיט אַ טויזנט יאָר צוריק האָבן ייִדן אין איראַן גערעדט טאַקע אויף אַראַמיש. דער עלטסטער מדרש, וווּ רבי שמעון בר יוחאי ווערט געשילדערט ווי אַן אַנטפּלעקער פֿון געטלעכע סודות — „נסתּרות של רשב״י‟ — שטאַמט פֿון דער מוסולמענישער וועלט און אַנטהאַלט פּראָ־שיִיִטישע געדאַנקען.

ווי אַזוי ס׳זאָל נישט זײַן, ווען רבי משה די ליאון האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם זוהר אינעם 13טן יאָרהונדערט, האָט עס מיט אַן אויסערגעוויינטלעכער שנעלקייט געוווּנען אַ ריזיקע פּאָפּולאַריטעט אין דער גאַנצער ייִדישער וועלט. בײַ ס׳רובֿ הײַנטיקע חרדים ווערט אַ ייִד, וואָס לייקנט אָפּ די אויטאָריטעט פֿונעם זוהר, בכלל פֿאַררעכנט פֿאַר אַן אַפּיקורס. דאָס מיינט אָבער נישט אַז מע מוז אָננעמען בוכשטעבלעך רבי שמעונס לעגענדאַרע מחברשאַפֿט.

אין דער שפּעטערדיקער תּקופֿה, האָבן זיך אַפֿילו קריסטלעכע געלערנטע פֿאַראינטערעסירט אינעם זוהר און איבערגעזעצט אויסגעקליבענע פֿראַגמענטן אויף לאַטײַניש. אַדרבה, די זולצבאַכער אויסגאַבע פֿונעם זוהר, פּובליקירט אין 1684, איז געווען אַ זעלטענער בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿון ייִדישע און קריסטלעכע פֿאַרלעגער.