לכּבֿוד שלום־עליכמען, אויף זײַן 103טן יאָרצײַט

Some Thoughts About Sholem Aleichem On His 103rd Yortsayt

פֿון מיכאל מאַסאַרסקי

Published May 21, 2019.
שלום־עליכם מיט זײַן אייניקל, די שרײַבערין בעל קאַופֿמאַן (לינקס) און אַן אומבאַקאַנט קינד.
Kaufman Family/Michael Masarsky/Forverts
שלום־עליכם מיט זײַן אייניקל, די שרײַבערין בעל קאַופֿמאַן (לינקס) און אַן אומבאַקאַנט קינד.

זונטיק, דעם 19טן מײַ‏ איז אינעם בנין פֿון דער „ברודערשאַפֿט־סינאַגאָגע” (“קהילת בית־אחים‟) אין מאַנהעטן פֿאָרגעקומען די יערלעכע פֿאַרזאַמלונג ‏אין אָנדענק פֿון שלום־עליכמען, אָרגאַניזירט פֿון זײַנע קרובֿים.

ווי יעדעס יאָר האָט שלום־עליכמס אור־אייניקל קענעט קאַופֿמאַן געפֿירט דעם פֿאָרזיץ פֿון זײַן עלטער־זײדנס הזכּרות. ‏ער האָט באַגריסט דעם עולם, ‏פֿאָרגעשטעלט די אײַנגעלאַדענע געסט און די אַנדערע בײַגעװעזענע קרובֿים פֿונעם קלאַסישן שרײַבער און איבערגעגעבן די טרויעריקע ידיעה אַז זײַן טאַטע, ד”ר שערװין קאַופֿמאַן, דער לעצט־פֿאַרבליבענער אײניקל פֿון שלום־עליכם, איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דעם 14טן מײַ, ניפֿטר געװאָרן צו 98 יאָר. ‏במשך פֿון ‏לאַנגע יאָרן האָט שערווין קאַופֿמאַן געאַרבעט װי אַ גינעקאָלאָג. ער איז אױך געװען אַ מוזיקער, קאָמפּאָזיטאָר און פּאָעט און ‏האָט געשאַפֿן אַ ממשותדיקע צאָל מוזיקאַלישע און ליטעראַרישע װערק. זכרונו לברכה! ‏

ד”ר שערװין קאַופֿמאַן בעת אַן אינטערוויו מיטן ייִדישן ביכער־צענטער אין 2013
Yiddish Book Center
ד”ר שערװין קאַופֿמאַן בעת אַן אינטערוויו מיטן ייִדישן ביכער־צענטער אין 2013

ווי תּמיד האָט מען רעציטירט אַ פֿראַגמענט פֿון שלום־עליכמס עטישער צװאה, װוּ ער האָט פֿאַרלאַנגט, צװישן אַנדערן, אַז מע זאָל בײַ זײַנע יאָרצײַטן פֿאָרלײענען די סאַמע פֿרײלעכע מעשׂיות זײַנע און אים אַלײן דערמאָנען בלױז מיט געלעכטער. די צװאה־רעציטאַציע אױף ייִדיש האָט אױסגעפֿירט דער באַקאַנטער שױשפּילער ‏פֿון דער ייִדישער בינע, שײן בײקער. אַ צווייטער אור־אײניקל פֿונעם שרײַבער, קיט קאַופֿמאַן, האָט איבערגעלייענט די ענגלישע איבערזעצונג פֿון יענעם צװאה־פֿראַגמענט ווי אויך דעם עלטער־זײדנס עפּיטאַף, וואָס ס׳האָט נאָך מיט יאָרן צוריק איבערגעזעצט זײַן מומע, די שרײַבערין בעל קאַופֿמאַן ז״ל.

ס׳איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו הערן שלום־עליכמס ליטעראַרישע שאַפֿונגען. סוזען טאָרען האָט אויף ענגליש פֿאָרגעלייענט „װאָס װעט זײַן פֿון מיר?‟ — אַ קאַפּיטל פֿון „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟; ‏אַלען ריקמאַן האָט אויסגעפֿירט די דערציילונג „אליהו הנבֿיא‟ אױף ייִדיש און ענגליש, און שײן בײקער האָט פֿאָרגעלייענט „די מעשׂה מיט דרײַ שטעט‟ אויף ביידע שפּראַכן. די באַלעבטע ‏אױפֿטריטן פֿון די אַקטיאָרן האָבן אַרױסגערופֿן בײַם עולם אױסברוכן פֿון געלעכטער און דױערנדיקע אָװאַציעס. ‏

צום סוף, האָט מען געװיזן אױף אַ גרױסן עקראַן די װידעאָ־רעקאָרדירונג פֿון דער רעדע, אָפּגעהאַלטן אינעם זעלבן זאַל מיט זעקס יאָר צוריק פֿון שלום־עליכמס אײניקל, בעל קאַופֿמאַן, װעלכע האָט פּערזענלעך געקענט ‏איר זײדן. זי איז ניפֿטר געװאָרן אין 2014 אין עלטער פֿון 103 יאָר. ‏

לױט דער ‏לאַנגיאָריקער טראַדיציע, האָט די הזכּרה־פֿאַרזאַמלונג זיך פֿאַרענדיקט מיט כּיבוד.

‏אין שײַכות מיטן איצטיקן יאָרצײַט, האָב איך אַליין אַ ביסל געפֿאָרשט די פֿילשפּראַכיקע ייִדישע פּובליקאַציעס, אַרױסגעגעבן אין פֿאַרשײדענע לענדער, כּדי‏ ‏זיך צו דערװיסן װאָס מע האָט געשריבן װעגן דעם שרײַבער אין די סאַמע ערשטע יאָרן נאָך זײַן פּטירה. גאַנץ אומגעריכט האָבן אָט די זוכונגען מיך געבראַכט ‏אױף די ברעגן פֿונעם „בלאָען‟ דונײַ,‏ קײן װין, די קרױנשטאָט פֿון דער פֿילפֿעלקערדיקער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע.

‏ס’איז באַקאַנט, אַז שלום־עליכמען איז פֿון צײַט צו צײַט אױסגעקומען צו פֿאָרן קיין װין. אױך די הױפּט־פּערסאָנאַזשן ‏פֿונעם ערשטן טײל פֿון זײַן באַרימטן װערק „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟, געשריבן אין 1907, האָבן באַזוכט אָט די שטאָט ‏בעת זײ „האָבן זיך געשלעפּט אַרום איבער דער װעלט‟,‏ ‏מיט אַ שלל צרות און קאָמישע פּאַסירונגען, אויפֿן וועג צו ‏דער “גאָלדענער מדינה”. דאָס זײַנען געווען מאָטל — דאָס ייִנגל וואָס האָט קינדווײַז פֿאַרלוירן דעם טאַטן; מאָטלס מאַמע; זײַן עלטערער ברודער אליהו; זײַן שװעגערין ברכה; זײער חבֿר פּיניע מיט זײַן װײַב טײַבל, װי אױך אַ גאַנצע „כאַליאַסטרע‟ פֿון אַנדערע ייִדישע עמיגראַנטן.

‏‏אַגבֿ, ס’איז טשיקאַװע צו באַמערקן, אַז אין יענער תּקופֿה האָבן אַ היפּש ביסל רוסישע ייִדן, אַרײַנגערעכנט שלום־עליכמס העלד מאָטל אָנגערופֿן די עסטרײַכישע תּושבֿים — מסתּמא ווי אַ שפּאַס — „קירה־דײַטשן‟. „קירה‟ איז די ראשי־תּיבֿות פֿונעם טיטל „קיסר ירום הודו‟ — אַ פּנים, געמיינט דעם קײסער פֿראַנץ־יאָזעף דעם ערשטן, װעלכער האָט ‏געגעבן די גלײַכבאַרעכטיקונג זײַנע ייִדישע אונטערטאַנער.

‏צװישן די אָרטיקע פּובליקאַציעס פֿון יענער תּקופֿה האָט מיך צוגעצױגן אַן אַרטיקל לזכּרון שלום־עליכמען פֿונעם װאַרשעװער שרײַבער י. פֿרײד, געדרוקט אינעם פּױליש־שפּראַכיקן Almanach Żydowski [ייִדישן אַלמאַנאַך], דערשינען ‏אין װין דעם ערשטן יאַנואַר 1918; דאָס הייסט — אַן ערך אָנדערטהאַלב יאָר נאָכן שרײַבערס פּטירה. עס שטײט דאָרט געשריבן צװישן אַנדערע (איבערגעזעצט בקיצור פֿון פּױליש פֿון אַני־הקטן):

אַן אויסצוג פֿונעם אַרטיקל וועגן שלום־עליכם, וואָס איז דערשינען אין 1918 אין Almanach Żydowski
Jewish Historical Press Archive
אַן אויסצוג פֿונעם אַרטיקל וועגן שלום־עליכם, וואָס איז דערשינען אין 1918 אין Almanach Żydowski

אין פֿאַרלױף פֿון דער צײַט איז דער אמתער נאָמען פֿון שלום ראַבינאָװיטש אָפּגעמעקט געװאָרן פֿונעם זכּרון פֿון ייִדישן פֿאָלק, װאָס האָט געקענט און ליב באַקומען בלױז דעם פּסעװדאָנים זײַנעם. סײַ אינטעליגענטן, סײַ פּשוטע ייִדן פֿון‏ אַ גאַנץ יאָר האָבן אין אַ גלײַכער מאָס הנאה געהאַט פֿון זײַן געזונטן, נאַטירלעכן הומאָר. זײַנע פּערסאָנאַזשן, װי מנחם־מענדל, טבֿיה דער מילכיקער און אַנדערע, זײַנען געװאָרן ווי לעבעדיקע דענקמעלער, װאָס אױף זײ קען מען מיטן פֿינגער אָנװײַזן.

אַן אָפּשטאַמיקער פֿון דרומדיקן רוסלאַנד האָט שלום־עליכם — פּונקט אַזױ װי זײַן פּערסאָנאַזש, מנחם־מענדל — דורכגעמאַכט פֿאַרשײדענע לעבנס־װעגן, פֿאַרביטן אַ סך אַרבעטן, ביז ער האָט, סוף־כּל־סוף, אָנגעהויבן זיך צו ‏פֿאַרנעמען‏ בשלמות מיט דער ליטעראַרישער טעטיקײט. ער איז געװען אַ קאַזיאָנער רבֿ אין אַ שטעטל, אַ רײַכער באַנקיר אין יעהופּעץ (קיִעװ), אַ בירזשע־מעקלער און אַ פֿאַרמיטלער בײַ אַנדערע מינים פֿינאַנץ־אָפּעראַציעס.

ער האָט זיך אױך גוט באַקענט מיטן לעבן פֿון די ייִדן אין אַלע לענדער. אַ קומעדיקער היסטאָריקע, פֿאַראינטערעסירט אינעם ייִדישן לעבן־שטייגער בײַם סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט, װעט געפֿינען אַן אומאױסשעפּלעכן קװאַל אינעם ליטעראַרישן עזבֿון פֿון שלום־עליכם. אין זײַנע װערק, גלײַך װי אױף אַ קינעמאַטאָגראַפֿישן עקראַן, עס באַװעגן זיך כּלערלײ אימאַזשן פֿון ייִדן און ייִדישקעס, פֿון די סאַמע ייִנגסטע קינדערלעך ביז די גראָװהאָריקע זקנים — אַ גאַנצער קאַלײדאָסקאָפּ פֿון אָרעמקײט און ‏גרױל, קאָמיזם און טראַגיזם פֿונעם גלות־לעבן.

עס איז ניטאָ קיין אַנדערער, װעלכער האָט אין אַזאַ מאָס אַרײַנגעדרונגען אין די טיפֿענישן פֿונעם פֿאָלקסלעבן, אױפֿגעכאַפּט די סובטילסטע שאַטירונגען פֿונעם פֿאָלקישן לשון. שלום־עליכם האָט באַהאַנדלט די נשמות פֿון זײַנע פּערסאָנאַזשן מיט דער צערטלעכקײט און געדולד פֿון אַ ליבנדיקער מאַמע, ניט אױפֿרײצנדיק די װוּנדן און ‏ניט ‏אױסלאַכנדיק‏ די באַשײַמפּערלעכע מענטשלעכע ‏נאַרישקײט‏. ער בלױז דערצײלט ,לאַכט און צװינגט אַנדערע מענטשן צו לאַכן .צײַטנװײַז אָבער ,װען דער נשמה־װײטיק בײַם שרײַבער װערט צו שטאַרק מחמת ‏אַזױ פֿיל טראַגי־קאָמעדיעס פֿון ייִדישן לעבן ,עס רײַסן זיך אַרױס פֿון אונטער דער פּען זײַנער די טענער פֿון צער און רחמנות.‏

ניט געקוקט אױף דער כּלומרשטיקער פֿרײלעכקײט, האָט ער טיף געפֿילט די טראַגעדיע פֿונעם אײביקן נע־ונדניק… מיט זײַן גאונישער אינטויִציע, האָט ער געפֿילט די געפֿערלעכע ‏‏ירידה פֿון ‏דער ייִדישער משפּחה (“צעזײט און צעשפּרײט” און גענומען זיך צום האַרצן די יסורים פֿון אונדזער פֿאָלק נאָך דער ערשטער רוסישער רעװאָלוציע (“דער מבול”). זײַן שפּירעװדיק האַרץ האָט זיך אָפּגערופֿן אױף ‏די ‏דאגות און אַספּיראַציעס פֿון די טעאַטער־שטערן… ‏אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ (“די בלאָנדזשענדע שטערן”)… ‏ ‏ װי דער בעסטער קענער פֿון דער קינדער־נשמה (“מאָטל פּײסי דעם חזנס”), איז שלום־עליכם ניט צום דערגרײכן אין דער ייִדישער ליטעראַטור. די דאָזיקע פֿילזײַטיקײט פֿון זײַן גרױסן טאַלאַנט װײַזט זיך אַרױס אױף אַלע געביטן פֿון ליטעראַרישער טעטיקײט. ס’איז כּדאי צו דערמאָנען, אַז אױסער זײַנע פֿאַרדינסטן װי אַ שרײַבער, האָט ער זיך אױסגעצײכנט װי אַ רעפֿאָרמאַטאָר פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געװען דער ערשטער, װעלכער האָט פֿאַרװאַנדלט די אַרבעט פֿון אַ ייִדישן שרײַבער אין זײַן לעבנס־פּראָפֿעסיע…

שלום־עליכם געהערט צו די שעפֿער פֿון אַזאַ ‏הױכן ניװאָ, ‏װאָס די װערט און װיכטיקײט זײערע װאַקסן אין לױף פֿון דער צײַט. ערשט‏ נאָכן סוף פֿון דער מלחמה, אין משך פֿון װעלכער איז ער אַװעקגעגאַנגען פֿון דער װעלט, װעט דאָס ייִדישע פֿאָלק דערפֿילן די גרױסע אבדה זײַנע…”