צוויישפּראַכיקע סעריע רעפֿעראַטן בײַם „ייִוואָ‟

Bilingual Yiddish Lecture Series at YIVO

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 29, 2019.

אין צוזאַמענהאַנג מיט דער הײַיאָריקער ייִוואָ זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור אָרדנט מען אײַן אַ סעריע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש און ענגליש, וואָס זענען אָפֿן פֿאַרן ברייטן עולם. די רעדנער וועלן באַשטיין פֿון פֿאָרשער און אַנדערע געלערנטע, וואָס קומען רעדן פֿאַר די ייִוואָ־סטודענטן. די רעפֿעראַטן וועלן פֿאָרקומען אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק, פֿונעם 24סטן יוני ביז 29סטן יולי, 4 אַ זייגער נאָכמיטאָג. מיט איין אויסנאַם וועלן די לעקציעס מאָנטיק זײַן אויף ענגליש און די לעקציעס דאָנערשטיק — אויף ייִדיש.

מע קען באַצאָלן 10$ (5$ פֿאַר סטודענטן אָדער ייִוואָ־מיטגלידער) פֿאַר יעדן רעפֿעראַט באַזונדער, אָדער 50$ (25$ פֿאַר סטודענטן אָדער ייִוואָ־מיטגלידער) פֿאַר אַלע צען רעפֿעראַטן. נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://summerprogram.yivo.org/LectureSeries.

אָט זענען די טעמעס פֿון די לעקציעס:

מאָנטיק, דעם 24סטן יוני, וועט ד׳׳ר נעמי זײַדמאַן רעדן אויף ענגליש וועגן די איבערזעצונגען פֿון ד׳׳ר זיגמונד פֿרויד אויף ייִדיש, ווי אַזוי די ייִדישע פּרעסע און אינטעליגענץ האָט רעאַגירט דערויף, און ווי אַזוי פֿרוידס טעאָריעס האָבן געווירקט אויף מאַקס ווײַנרײַכן.

דאָנערשטיק, דעם 27סטן יוני, וועט ד׳׳ר יודזשין אָרנשטיין האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש, וואָס וועט געבן אַן איבערזיכט פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור פֿון 1272 ביזן 20סטן יאָרהונדערט. צווישן אַנדערע טעמעס וועט ער באַשרײַבן די ראָלע פֿון פֿרויען בײַם שאַפֿן די ייִדישע ליטעראַטור פֿון מיטלעלטער, די השפּעה פֿון דער השׂכּלה אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָנדערנער ייִדישער ליטעראַטור, און די ראָלע פֿון דער ייִדישער פּרעסע בײַם שאַפֿן די ייִדישע קולטור.

מאָנטיק, דעם ערשטן יולי, וועט ד׳׳ר אַנאַ עלענאַ טאָרעס רעדן אויף ענגליש וועגן די ראַדיקאַלע ניו־יאָרקער פּאָעטן, וואָס האָבן געדרוקט זייערע לידער אין דער אַנאַרכיסטישער פּרעסע אויף ייִדיש. צווישן די פּאָעטן וואָס זי וועט אַרומרעדן: דוד איידלשטאַדט, יעקבֿ גלאַטשטיין, מאַני לייב און אַנאַ מאַרגאָלין.

מאָנטיק, דעם 8טן יולי, וועט ד׳׳ר איציק גאָטעסמאַן האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן דעם אַשכּניזישן פֿאָלקלאָר און דעם אופֿן ווי אַזוי ער שיידט זיך אונטער מיט דער פֿאָלקלאָר־טראַדיציע בײַ אַנדערע פֿעלקער. ער וועט דערבײַ אויך דערקלערן ווי אַזוי די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין פּוילן און אַמעריקע האָבן געזאַמלט זייער מאַטעריאַל.

דאָנערשטיק, דעם 11טן יולי, וועט ד׳׳ר סטיווען (צבֿי) זיפּערשטיין רעדן אויף ענגליש וועגן דעם אופֿן, ווי אַזוי עס זעט אויס דער ייִדישער אַמאָל אין רוסלאַנד בײַם פֿאָלקס־זכּרון פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, און דערקלערן פֿאַר וואָס די פּאָגראָמען פֿאַרנעמען אַן עיקרדיקן טייל דערפֿון.

מאָנטיק, דעם 15טן יולי, וועט ד׳׳ר ציליע קוזניץ האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ענגליש וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִוואָ און ווי אַזוי זײַנע מיטאַרבעטער האָבן פֿאַרשטאַנען זייער אַרבעט ווי אַ טייל פֿון אַ שליחות אויפֿצובויען אַ נײַע גלות־אידענטיטעט.

דאָנערשטיק, דעם 18טן יולי, וועט ד׳׳ר דניאל סויער האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן דער השפּעה פֿון ניו־יאָרק אויף דער ייִדישער ליטעראַטור און וועגן דער ווירקונג פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אויף דער שטאָט.

מאָנטיק, דעם 22סטן יולי, וועט ד׳׳ר עדנה נחשון רעדן אויף ענגליש וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק און דעם אופֿן ווי אַזוי ער האָט משפּיע געווען אויפֿן אַלגעמיינעם אַמעריקאַנער טעאַטער.

דאָנערשטיק, דעם 25סטן יולי, וועט ד׳׳ר דוד בראַון האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע. דערבײַ וועט ער דערקלערן וועגן פֿאַרשידענע טערמינען, וואָס מענטשן באַנוצן צו באַשרײַבן ייִדישע דיאַלעקטן, אַרײַנגערעכנט: „פּאָטייטאָ־ייִדיש‟, „דײַטשמעריש‟, סאָוועטיש־ייִדיש, חסידיש־ייִדיש, גאַליציאַנער/פּויליש־ייִדיש, ליטוויש־ייִדיש, „כּלל־ייִדיש‟ און „ייִוואָ־ייִדיש‟.

מאָנטיק, דעם 29סטן יולי, וועט ד׳׳ר שמואל קאַסאָוו האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ענגליש וועגן רחל אויערבאַך און דער ראָלע וואָס זי האָט געשפּילט אין דער חורבן־פֿאָרשונג נאָך דעם וואָס מע האָט אַנטדעקט דעם „עונג־שבת־אַרכיוו.‟